Page 84 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 84
פזמון!
מענטשעלע מענטשעלע ,דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג,
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן,
און יעדע זאך האט א חשבון א קלארן,
און דו ביסט קוים געקומען דא צו גיין,
יעדע זאך וואס איך טוה איז דא א סיבה דערפאר,
צו דו זעהסט אז ס'איז גוט ,צו דו מיינסט אז ס'איז חלילה צער,
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר ,ואין לך רשות להרהר,
מיין טייער קינד דו קענסט נישט אלעס פארשטיין,
א טומל אין שטאט א פחד א שרעק ס'פאלט,
יעדער איינער שרייט באשעפער ,אוי אוי אוי געוואלד,
א ביטערע צרה פאסירט האט אין א משפחה,
יעדער פרעגט פארוואס ,על מה עשה ה' ככה,
אוי אוי הייליגער באשעפער ס'טוט דאך אזוי וויי,
ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס עפעס פונקט ביי זיי,
האט אנגעטראפען אזא צער און אזא קלעם,
יעדער איינער פרעגט למה למה ה',
קינדער שטעם חטא לא טעמו,
פרעגן ווי איז מיין טאטע און מאמע,
זיי דרייען זיך ארום מיט שווערע פראגעלעך,
טרערן טוט מען פארגיסן,
פארוואס ווערן אוועקגעריסן,
אזעלכע יונגע ביימער און יונגע צווייגעלעך,
פו