Page 81 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 81

‫א דארפסמאן‬

               ‫א דארפס מאן פון די אלטע צייט‪,‬‬
                  ‫פארט זיך א נסיעה זייער ווייט‪,‬‬

‫אין א בית המדרש איז ער קיינמאל נישט געווען‪,‬‬
            ‫ווי זעהט אויס א שוהל וויל ער זעהן‪,‬‬

       ‫אין שטאטישן בית המדרש איז ער אריין‪,‬‬
           ‫ער זיכט א פלאץ אויף שבת ווי צו זיין‪,‬‬

    ‫מ'האט אים אויף גענומען אזוי ווי עס פאסט‪,‬‬
                ‫שלום עליכם א חשוב'ער גאסט‪,‬‬

           ‫פרייטיג ביינאכט געפעלט אים אלעס‪,‬‬
                   ‫ער כאפט אזוי פיל התפעלות‪,‬‬
                   ‫געזינגען צוזאמען האבן אלע‪,‬‬
                          ‫לכה דודי לקראת כלה‪,‬‬

                     ‫ס'קומט אבער שבת צופרי‪,‬‬
            ‫א בעל תפילה צו הודו שיקט מען צו‪,‬‬

                ‫מען פארשיקט אים ביי שוכן עד‪,‬‬
             ‫ער פארשטייט נישט פון דעם פשט‪,‬‬

            ‫ער איז געוועזן א שיינע בעל תפילה‪,‬‬
‫מען האט אים פארשעמט פאר די גאנצע קהילה‪,‬‬

           ‫ער האט געדאוונט געשמאק און הויך‪,‬‬
           ‫מ'האט אים פארשיקט אן א יישר כח‪,‬‬

                         ‫פג‬
   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86