Page 86 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 86

‫מכניסי דמעה מיר ווייסן דאס‪,‬‬
               ‫אז אויבן אין הימל איז דא א גלאז‪,‬‬
            ‫וואס גייט אריין נאר א געוויסע מאס‪,‬‬

                  ‫ס'האלט זיך אין איין פארמערן‪,‬‬
                        ‫פיל מיט אידישע טרערן‪,‬‬

‫און ווען עס איז פיל וועט מען אויסגעלייזט ווערן‪,‬‬

     ‫מיר זענען נאך נישט אויסגעלייזט פארוואס‪,‬‬
        ‫מכניסי דמעה ווי טיף איז דען דאס גלאז‪,‬‬
         ‫מרן דבשמיא לְך מתחנינן האבן מיר דען‬
                  ‫נאְך נישט גענוג געטוהן וויינען‪,‬‬

            ‫ס'האט זיך געגאסן טרערן אן א צאל‪,‬‬
 ‫ווען מיליאנען אידן האבן געשריגן שמע ישראל‪,‬‬

                ‫ביי  די מלחמה יארן בימים ההם‪,‬‬
                  ‫ומסרו נפשם על קדושת השם‪,‬‬

  ‫און טאמער ס'איז נישט גענוג די טרערן פון זיי‪,‬‬
              ‫וויפיל וויינען מיר רפאינו ה' ונרפא‪,‬‬

      ‫ס'ווערט דאך אינגאנצן צוריסן די הרגשים‪,‬‬
                 ‫ווען יונגע יתומים זאגן קדישים‪,‬‬

              ‫טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול‪,‬‬
‫ווי אזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאְך נישט פיל‪,‬‬

                               ‫פח‬
   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91