Page 83 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 83
נמשל:
די משל זאגט אונז ,די הייליגע חפץ חיים,
ס'איז דאך גלייך צו א מענטש ,מיט'ן מלך חי וקים,
די מענטש איז דאך דער גאסט,
וואס קומט אויף די וועלט דא אהער,
און די גבאי מיינט מען נאר אים,
דעם הייליגען באשעפער,
די מענטש איז קוים געקומען אויף די וועלט דא צו גיין,
און גלייך האט ער שאלות און ער וויל שוין אלעס פארשטיין,
פארוואס איינעם גייט גרינג און איינעם שווער,
פארוואס איינער האט ווייניג און די צווייטער האט מער,
איינער האט רחבות אלעמאל,
דער צווייטער מיטשעט זיך אן א צאל,
פארוואס יענער אזוי גרינג ער פארדינט,
און איך מיטשע זיך יעדן טאג,
מיט אזוי פיל צער מיט אזוי פיל פלאג,
איך האב קוים לחם לאכול צו געבען פאר מיין קינד,
איינער א משפחה ערליך און שיין,
קינדער איינס ביי איינס מלא חן,
א צווייטער האט צער גידול בנים אן א שיעור,
איינער טוט שידוכים זייער גרינג,
מ'צוכאפט זיינע קינדער ווען זיי זענען יונג,
ביי א צווייטער גייט אזוי שווער ער פרעגט,
באשעפער פארוואס פונקט ביי מיר?
פה