Page 78 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 78

‫ישמח משה‬

     ‫ישמח משה במתנת חלקו‪ ,‬כי עבד נאמן קראת לו‪,‬‬

‫דער שבת האט דער בורא געגעבן‪ ,‬נאר פאר אונז‬
                                      ‫אידעלעך אליין‪,‬‬

                ‫און אזוי שטייט אין די תורה געשריבן‪,‬‬
                       ‫אז שבת דארף מען פרייליך זיין‪,‬‬

‫עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע‪ ,‬לויט ווי איינער‬
                                           ‫פארמאגט‪.‬‬

                      ‫קליידער אנצוטוהן די שענסטע‪,‬‬
            ‫ווייל אזוי האט אונז דער תורה אנגעזאגט‪,‬‬

     ‫ישמח משה במתנת חלקו‪ ,‬כי עבד נאמן קראת לו‪,‬‬

                    ‫דאס אידעלע איז נעבעך אין גלות‪,‬‬
                   ‫ליידען ליידט ער צרות אן א שיעור‪,‬‬

                        ‫שבת פארגעסט ער אין אלעם‪,‬‬
 ‫ער לעבט זיך ווי א גביר‪ ,‬אין שבת געפינט ער א נחמה‪,‬‬

                         ‫זיין אויסגעמאטערטע נשמה‪,‬‬
                  ‫נפש כי נאנחה‪ ,‬בא שבת בא מנוחה‪,‬‬

     ‫ישמח משה במתנת חלקו‪ ,‬כי עבד נאמן קראת לו‪.‬‬

                                        ‫פ‬
   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83