Page 82 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 82

‫ביים ליינען א נייע מציאות‪,‬‬
               ‫שטייט א גבאי און טיילט עליות‪,‬‬
        ‫דער ערשטער עליה א בחור'ל באקומט‪,‬‬
         ‫ער קוקט עס אן אינגאצען פארקרימט‪,‬‬

           ‫א אינגערמאן האט באקומען שלישי‪,‬‬
       ‫און א אלטער איד האט באקומען שישי‪,‬‬
‫וואס טוט זיך מיט די גבאי פארשטייט ער נישט‪,‬‬

           ‫אלט און יונג האט ער אויסגעמישט‪,‬‬

                 ‫צום גבאי'ן איז ער צוגעגאנגען‪,‬‬
               ‫אן ענטפער טוט ער פארלאנגען‪,‬‬
               ‫דו האסט אזא מאדנע התנהגות‪,‬‬
             ‫ביטע פארענטפער מיינע פראגעס‪,‬‬

                ‫עס טוט מיר וויי ליידער ליידער‪,‬‬
  ‫פארוואס טיילסטו נישט עליות מיט קיין סדר‪,‬‬
‫ווען דו גייסט מיט א סדר איז אסאך מער גרינג‪,‬‬

           ‫פארוואס מישטו אויס אלט און יונג‪,‬‬

       ‫דער גבאי זאגט דו רעדסט זייער נאריש‪,‬‬
             ‫איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש‪,‬‬
                 ‫ביסט קוים געקומען דא צו גיין‪,‬‬

 ‫און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין‪( ,‬צוויי מאל)‬

                       ‫פד‬
   77   78   79   80   81   82   83   84   85   86   87