Page 75 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 75
אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו,
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן ,ארויס פון הארצן טיף.
די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן,
אוי די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט
שוין קיינער נישט קענען שרייבן.
א באדינער און פאלאץ איין איינפאל עס פאלט אים,
ער ווייסט די אלע בריוון ווי זיי זענען באהאלטן.
ער נעמט פון די ארכיוון־ די אלע אלטע בריוון.
און לויפט צום מלך צו,
קוק וואס כ׳האב געפונען ,הט -אזנך לי.
ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען,
דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען.
די בריוון און זכרונות ־ שפע און נסיונות.
וואס ער איז פארביי,
די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי.
”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ,ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין.
די שורה׳לעך ,די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום,
און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך,
ווער איך מלא רחמים.
ליין מיך די הארציגע בריוועלעך ,ליין,
דיין הארץ דיין געבעהט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
עז