Page 70 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 70

‫תהלימ'ל תהלימ'ל‪ ,‬אזוי הארציג און טייער‪,‬‬
    ‫פון פאסטוך געטרייער אויף אייביג געוועהלט‪,‬‬
 ‫פאר אונז אויסגעטרעטן‪ ,‬געוויסט וואס צו בעטן‪,‬‬

             ‫פאר זיינע שעפעלעך זיי וואס פעלט‪,‬‬
      ‫תהלימ'ל תהלימ'ל דאס טוט אונז באגלייטן‬

             ‫פון איין לאנד אין צווייטן ווי מיר גיין‪,‬‬
             ‫א איד ווערט מיד‪ ,‬האט ער דעם ליד‪,‬‬
      ‫זיין ליבע פריינד וואס טוט איהם פארשטיין‪.‬‬
   ‫א איד דארף פרנסה טוט דאס הארץ אויסגיסן‪,‬‬
            ‫ער זוכט א שידוך ס'גייט איהם שווער‪,‬‬
         ‫א זוהן אין ישיבה ווארט בעסערע גריסן‪,‬‬
          ‫קאפיטל קאפיטל א טרער נאך א טרער‪.‬‬

                ‫נעבעך א צרה מ'ווארט א ישועה‪,‬‬
            ‫וואס טוט מען דאס הארץ גייט אויס‪,‬‬
          ‫א חולה אין משפחה מ'דארף א רפואה‪,‬‬
 ‫מ'לויפט אין ביהמ"ד מ'נעמט די תהלימ'ל ארויס‪.‬‬
    ‫תהלימ'ל תהלימ'ל‪ ,‬ווי טוט דיר נישט שטערן‪,‬‬
             ‫אזוי פיל טרערן אין דיר איינגעזאפט‪,‬‬

               ‫אונזערע ווייען‪ ,‬ביטערע געשרייען‪,‬‬
‫ווי קענסטו אויסהאלטן אויף דיין טיהר מ'קלאפט‪,‬‬

         ‫די אלע בקשות‪ ,‬פון צובראכענע נפשות‪,‬‬
                ‫זייער געוויין‪ ,‬בלייבט נישט שטיין‪,‬‬

  ‫אן עת רצון טוט ווערן‪ ,‬אין הימל טוט מען הערן‪,‬‬
                    ‫דאס קול פון דוד המלך אליין‪.‬‬

                          ‫עב‬
   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75