Page 66 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 66
פזמון:
פרעגט דאס קינד הערט נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
אוי פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
יא ,דו קינד דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט.
פייער פייער'ל
פייער פייער'ל דו קענסט זיין אזוי שיין,
פייער פייער דו קענסט דאך זיין אזוי געמיין,
פייער פייערל דו קענסט דיך פירן מיט רעכט,
אבער פייער דו קענסט דאך זיין אזוי שלעכט,
פייער פייער'ל עס איז דיין תפקיד אז דו פארברענסט,
מיר האבן געזעהן אז עפעס אנדערש דו קענסט,
פייער פייער'ל פון זמן צו זמן ,קענסטו פון דיין תפקיד משנה זיין,
פייער פייער'ל ווי שיין ביזטו דאן געווען,
ווען דו זיידע אברהם אבינו האסטו געזעהן,
ווי דו האסט נאר דערקענט זיין לעכטיגע בילד,
פייער פייער דו האסט דאך אפגעקילט,
פייער דו האסט אזא שיינע אורה,
וען נתקשה משה במעשה המנורה,
ווען משה רבינו די מנורה מאכן ער האט געוואלט,
ווי שיין דו מנורה איז ארויס פון איין שטיק גאלד,
סח