Page 3 - Omes
P. 3

‫עמוס‬

                     ‫יאָ‪ ,‬פֿאַר פֿיר‪ ,‬װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן‪:‬‬
              ‫פֿאַר זײער פֿאַרטר ַײבן אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט‪,‬‬

                                ‫כּדי איבערצוענטפֿערן צו ֶאדוֹם‪.‬‬
       ‫‪ 7‬און איך װעל שיקן אַ פֿ ַײער אױף דער מױער פֿון ַעָזה‪,‬‬

                         ‫און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן‪.‬‬
           ‫‪ 8‬און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן אַ באַװוינער פֿון אַשדוֹד‪,‬‬

                 ‫און דעם װאָס האַלט אַ צעפּטער פֿון אַשקלוֹן;‬
                     ‫און איך װעל קערן מ ַײן האַנט אױף ֶעקרוֹן‪,‬‬

       ‫און דער איבערבל ַײב פֿון די פּ ִלשתּים װעט אונטערגײן‪,‬‬
                                           ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

                                      ‫‪ 9‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                  ‫פֿאַר דר ַײ פֿאַרברעכן פֿון צוֹר‪,‬‬
                     ‫יאָ‪ ,‬פֿאַר פֿיר‪ ,‬װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן‪:‬‬
‫פֿאַר װאָס זײ האָבן איבערגעענטפֿערט אַ גאַנצע געפֿאַנגענשאַפֿט‬

                                                        ‫צו ֶאדוֹם‪,‬‬
                    ‫און ניט געדאַכט אָן דעם בונד פֿון ברידער‪.‬‬
      ‫‪ 10‬און איך װעל שיקן אַ פֿ ַײער אױף דער מױער פֿון צוֹר‪,‬‬

                         ‫און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן‪.‬‬

                                     ‫‪ 11‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                                ‫פֿאַר דר ַײ פֿאַרברעכן פֿון ֶאדוֹם‪,‬‬
                     ‫יאָ‪ ,‬פֿאַר פֿיר‪ ,‬װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן‪:‬‬
     ‫פֿאַר װאָס ער האָט נאָכגעיאָגט ז ַײן ברודער מיטן שװערד‪,‬‬

                                   ‫און דערשטיקט ז ַײן רחמנות‪,‬‬
                        ‫און ז ַײן כּעס האָט שטענדיק פֿאַרצוקט‪,‬‬
                  ‫און ער האָט אײביק געהאַלטן ז ַײן גרימצאָרן‪.‬‬
                     ‫‪ 12‬און איך װעל שיקן אַ פֿ ַײער אױף ֵתּי ָמן‪,‬‬
                  ‫און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ָבצ ָרה‪.‬‬

                                     ‫‪ 13‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪:‬‬
                  ‫פֿאַר דר ַײ פֿאַרברעכן פֿון די קינדער פֿון ַעמוֹן‪,‬‬

                     ‫יאָ‪ ,‬פֿאַר פֿיר‪ ,‬װעל איך עס ניט אָפּהאַלטן‪:‬‬
             ‫פֿאַר זײער אױפֿשפּאַלטן די טראָגעדיקע פֿון ִגל ָעד‪,‬‬

                           ‫כּדי צו דערברײטערן זײער געמאַרק‪.‬‬
   ‫‪ 14‬און איך װעל אָנצינדן אַ פֿ ַײער אױף דער מױער פֿון ַרבה‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8