Page 8 - Omes
P. 8
עמוס
און איר װעט פֿאַרלאָזן די פּאַלאַצן,
זאָגט גאָט.
4קומט קײן ביתֵ -אל און פֿאַרברעכט,
קײן ִגלָגל ,און מערט פֿאַרברעכן,
און ברענגט צום פֿרימאָרגן א ַײערע שלאַכטאָפּפֿער,
אױפֿן דריטן טאָג א ַײערע מעשׂרס;
5און דעמפֿט פֿון געז ַײערט ברױט דאַנקאָפּפֿער,
און רופֿט אױס פֿר ַײװיליקע גאָבן ,מאַכט הערן,
װאָרום אַזױ האָט איר ליב,
איר קינדער פֿון ישׂראל,
זאָגט גאָט דער האַר.
6און איך אױך האָב א ַײך געגעבן
לײדיקע צײן אין אַלע א ַײערע שטעט,
און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט גאָט.
7און איך האָב אױך פֿאַרמיטן פֿון א ַײך דעם רעגן,
װען נאָך דר ַײ חדשים צום שניט,
און איך האָב געלאָזט רעגענען אױף אײן שטאָט,
און אױף אײן שטאָט פֿלעג איך ניט לאָזן רעגענען;
אײן שטיק פֿלעגט באַרעגנט װערן,
און דאָס שטיק װאָס דערױף פֿלעגט ניט רעגענען,
פֿלעגט פֿאַרטריקנט װערן.
8און צװײ דר ַײ שטעט האָבן געװאַנדערט צו אײן שטאָט,
צו טרינקען װאַסער,
און פֿלעגן ניט קריגן צו זאַט,
און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר,
זאָגט גאָט.
9איך האָב א ַײך געפּלאָגט מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש;
די מערסטע פֿון א ַײערע גערטנער און א ַײערע װ ַײנגערטנער
און א ַײערע פֿ ַײגנבײמער און א ַײערע אײלבערטבײמער
עסט דער הײשעריק אױף,