Page 11 - Omes
P. 11

‫עמוס‬

                        ‫און קריװדעט די אבֿיוֹנים אין טױער‪.‬‬
      ‫‪ 13‬דרום שװ ַײגט דער פֿאַרשטאַנדיקער אין אַזאַ צ ַײט‪,‬‬

                              ‫װאָרום אַ בײזע צ ַײט איז דאָס‪.‬‬

                            ‫‪ 14‬זוכט גוטס און ניט שלעכטס‪,‬‬
                                         ‫כּדי איר זאָלט לעבן‪,‬‬

        ‫און יהוה‪ ,‬דער גאָט פֿון צ ָבֿאות‪ ,‬װעט ז ַײן מיט א ַײך‪,‬‬
                                     ‫אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט‪.‬‬

               ‫‪ 15‬האָט פֿ ַײנט שלעכטס‪ ,‬און האָט ליב גוטס‪,‬‬
                  ‫און שטעלט אױף אין טױער גערעכטיקײט‪,‬‬
                    ‫אפֿשר װעט יהוה‪ ,‬דער גאָט פֿון צ ָבֿאות‪,‬‬
                      ‫ל ַײטזעליקן דעם איבערבל ַײב פֿון יוֹסף‪.‬‬

                       ‫‪ 16‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט‪,‬‬
                                 ‫דער גאָט פֿון צ ָבֿאות‪ ,‬יהוה‪:‬‬

                           ‫אין אַלע מערק װעט ז ַײן אַ קלאָג‪,‬‬
                  ‫און אין אַלע גאַסן װעט מען זאָגן‪ :‬אָי! אָי!‬
               ‫און מע װעט רופֿן דעם אַקערמאַן צו טרױער‪,‬‬

                        ‫און צו קלאָג די געניטע אין יאָמערן‪.‬‬
            ‫‪ 17‬און אין אַלע װ ַײנגערטנער װעט ז ַײן אַ קלאָג‪,‬‬

                ‫אַז איך װעל דורכגײן צװישן דיר‪ ,‬זאָגט גאָט‪.‬‬
                 ‫‪ 18‬װײ‪ ,‬די װאָס באַגערן דעם טאָג פֿון גאָט!‬

                       ‫צוּ װאָס א ַײך דען דער טאָג פֿון גאָט?‬
                           ‫ער איז פֿינצטער און ניט ליכטיק‪.‬‬

            ‫‪ 19‬אַזױ װי װען אַ מענטש אַנטלױפֿט פֿון אַ לײב‪,‬‬
                                   ‫און אים באַגעגנט אַ בער‪,‬‬
                                       ‫און ער קומט אין הױז‪,‬‬

                          ‫און לענט ז ַײן האַנט אָן דער װאַנט‪,‬‬
                               ‫און אַ שלאַנג ב ַײסט אים א ַײן‪.‬‬

‫‪ 20‬פֿאַר װאָר‪ ,‬חוֹשך איז דער טאָג פֿון גאָט‪ ,‬און ניט ליכטיק‪,‬‬
                    ‫און פֿינצטער און אָן אַ שימער אין אים‪.‬‬

       ‫‪ 21‬איך האָב פֿ ַײנט‪ ,‬איך פֿאַראַכט א ַײערע ָיום‪-‬טוֹבים‪,‬‬
            ‫און איך קען ניט שמעקן א ַײערע א ַײנזאַמלונגען‪.‬‬
          ‫‪ 22‬אַפֿילו אַז איר ברענגט מיר אױף בראַנדאָפּפֿער‬
                ‫און א ַײערע שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬באַװיליק איך ניט‪,‬‬

      ‫און א ַײערע געשטאָפּטע פֿרידאָפּפֿער קוק איך ניט אָן‪.‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16