Page 10 - Omes
P. 10
עמוס
אַרױס מיט טױזנט,
װעט בל ַײבן ב ַײ הונדערט,
און די װאָס פֿלעגט אַרױס מיט הונדערט,
װעט בל ַײבן ב ַײ צען ,פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל.
4װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צום הױז פֿון ישׂראל:
זוכט מיך ,און לעבט;
5און איר זאָלט ניט זוכן ביתֵ -אל,
און קײן ִגלָגל זאָלט איר ניט קומען,
און קײן ב ֵארֶ -ש ַבע זאָלט איר ניט אַריבערגײן;
װאָרום ִגלָגל װעט אין גלות גײן,
און ביתֵ -אל װעט צו נישט װערן.
6זוכט גאָט ,און לעבט;
כּדי ער זאָל ניט אױסברעכן װי אַ פֿ ַײער אין הױז פֿון יוֹסף,
און עס װעט פֿאַרצערן ,אַז קײן לעשער װעט ניט ז ַײן פֿאַר ביתֵ -אל;
7די װאָס פֿאַרקערן גערעכטיקײט אין װערמוט,
און רעכטפֿאַרטיקײט לײגן זײ צו דער ערד.
8דעם װאָס מאַכט דעם זיבנשטערן און דעם אָריאָנשטערן,
און פֿאַרקערט טױטשאָטן אין פֿרימאָרגן,
און פֿאַרפֿינצטערט טאָג אין נאַכט;
דעם װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים,
און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד,
יהוה איז ז ַײן נאָמען;
9דעם װאָס בליצט אַרױס אַ בראָך אױפֿן שטאַרקן,
און אַ בראָך קומט אױף דער פֿעסטונג.
10זײ האָבן פֿ ַײנט דעם װאָס מוסרט אין טױער,
און דעם װאָס רעדט ערלעך פֿאַראומװערדיקן זײ.
11דרום ,װ ַײל איר טרעט אױפֿן אָרימאַן,
און אָפּגאָב פֿון תּבֿואה נעמט איר פֿון אים,
האָט איר ה ַײזער פֿון געהאַקטע שטײנער געבױט,
און װעט אין זײ ניט װױנען;
האָט איר גלוסטיקע װ ַײנגערטנער געפֿלאַנצט,
און װעט ניט טרינקען זײער װ ַײן.
12װאָרום איך װײס ,א ַײערע פֿאַרברעכן ז ַײנען פֿיל,
און שטאַרק א ַײערע זינד,
איר ,װאָס דריקט דעם גערעכטן ,װאָס נעמט שוֹחד,