Page 5 - Omes
P. 5

‫עמוס‬

               ‫‪ 7‬זײ‪ ,‬װאָס װילן א ַײנשלינגען דעם שטױב ערד‬
                                    ‫אױפֿן קאָפּ פֿון די אָרימע‪,‬‬

              ‫און דעם װעג פֿון די געדריקטע פֿאַרדרײען זײ;‬
              ‫און אַ מאַן און ז ַײן פֿאָטער גײען צו אײן מײדל‪,‬‬

                      ‫כּדי צו פֿאַרשװעכן מ ַײן הײליקן נאָמען‪.‬‬
                           ‫‪ 8‬און אױף פֿאַרמשכּונטע קלײדער‬

                      ‫ציען זײ זיך אױס לעבן איטלעכן מזבח‪,‬‬
                                   ‫און װ ַײן פֿון באַשטראָפֿטע‬

                          ‫טרינקען זײ אין הױז פֿון זײער גאָט‪.‬‬
            ‫‪ 9‬און איך האָב פֿאַרטיליקט פֿאַר זײ דעם ֶאמוֹרי‪,‬‬
            ‫װאָס װי די הײך פֿון צעדערן איז געװען ז ַײן הײך‪,‬‬

                 ‫און שטאַרק איז ער געװען װי אײכנבײמער;‬
             ‫און איך האָב פֿאַרטיליקט ז ַײן פֿרוכט פֿון אױבן‪,‬‬

                               ‫און ז ַײנע װאָרצלען פֿון אונטן‪.‬‬
      ‫‪ 10‬און איך האָב א ַײך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬

               ‫און א ַײך געפֿירט אין דער מדבר פֿערציק יאָר‪,‬‬
                               ‫צו אַרבן דאָס לאַנד פֿון ֶאמוֹרי‪.‬‬

‫‪ 11‬און איך האָב אױפֿגעשטעלט פֿון א ַײערע זין פֿאַר נבֿיאים‪,‬‬
                       ‫און פֿון א ַײערע יונגעל ַײט פֿאַר נזירים;‬

                   ‫צי איז דאָס ניט אַזױ‪ ,‬קינדער פֿון ישׂראל?‬
                                                    ‫זאָגט גאָט‪.‬‬

        ‫‪ 12‬אָבער איר האָט געמאַכט טרינקען די נזירים װ ַײן‪,‬‬
              ‫און די נבֿיאים האָט איר באַפֿױלן אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
                                  ‫איר זאָלט ניט נבֿיאות זאָגן‪.‬‬
                             ‫‪ 13‬זעט‪ ,‬איך דריק א ַײך אַרונטער‬
                    ‫װי עס דריקט דער װאָגן פֿול מיט גאַרבן‪.‬‬

      ‫‪ 14‬און אַנטרינונג װעט פֿאַרלאָרן ז ַײן פֿון דעם פֿלינקן‪,‬‬
            ‫און דער שטאַרקער װעט ניט אָנהאַלטן ז ַײן כּוח‪,‬‬
                 ‫און דער גיבור װעט ניט ראַטעװען ז ַײן נפֿש‪.‬‬
               ‫‪ 15‬און דער בױגנהאַלטער װעט ניט באַשטײן‪,‬‬

   ‫און דער פֿלינקער אױף ז ַײנע פֿיס װעט זיך ניט ראַטעװען‪,‬‬
 ‫און דער ר ַײטער אױף אַ פֿערד װעט ניט ראַטעװען ז ַײן נפֿש‬

              ‫און דער שטאַרקהאַרציקער צװישן די גיבוֹרים‬
                ‫װעט אַ נאַקעטער אַנטלױפֿן אין יענעם טאָג‪,‬‬
                                                    ‫זאָגט גאָט‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10