Page 7 - Omes
P. 7
עמוס
אַ פֿ ַײנט ,און רונד אַרום לאַנד!
און ער װעט נידערן פֿון דיר ד ַײן שטאַרקײט,
און ד ַײנע פּאַלאַצן װעלן צערױבט װערן.
12אַזױ האָט גאָט געזאָגט:
אַזױ װי אַ פּאַסטוך איז מציל פֿון דעם לײבס מױל
אַ פּאָר קני ,אָדער אַ לעפּל פֿון אַן אױער,
אַזױ װעלן די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס זיצן אין שוֹמרוֹן,
זיך מציל ז ַײן מיט אַ װינקל פֿון אַ שלאָפֿבאַנק,
און מיט אַ פֿוס פֿון אַ בעט.
13הערט און װאָרנט דעם הױז פֿון יעקבֿ,
זאָג גאָט יהוה ,דער גאָט פֿון צ ָבֿאות.
14װאָרום אין דעם טאָג װאָס איך רעכן זיך
פֿאַר די פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל מיט אים,
װעל איך זיך רעכענען פֿאַר די מזבחות פֿון ביתֵ -אל,
און די הערנער פֿון מזבח װעלן אָפּגעהאַקט װערן,
און װעלן אַנידערפֿאַלן צו דער ערד.
15און איך װעל שלאָגן דאָס װינטערהױז מיט דעם זומערהױז,
און די ה ַײזער פֿון עלפֿנבײן װעלן אונטערגײן,
און די גרױסע ה ַײזער װעלן פֿאַרלענדט װערן,
זאָגט גאָט.
1הערט דאָס דאָזיקע װאָרט ,איר ָב ָשן-קיד
װאָס אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן,
די װאָס באַרױבן די אָרימע,
װאָס דריקן די אבֿיוֹנים,
װאָס זאָגן צו זײערע האַרן :ברענג מיר זאָלן טרינקען.
2גאָט דער האַר האָט געשװאָרן ב ַײ ז ַײן הײליקײט,
אַז ,זע ,טעג קומען אױף א ַײך,
און מע װעט א ַײך אַװעקנעמען מיט האָקן,
און א ַײער איבערבל ַײב מיט פֿישערשטאַנגען.
3און דורך מױערבראָכן װעט איר אַרױסגײן,
איטלעכע אַקעגן זיך,