Page 12 - Omes
P. 12

‫עמוס‬

               ‫‪ 23‬טו אָפּ פֿון מיר די ברומונג פֿון ד ַײנע געזאַנגען‪,‬‬
              ‫און דאָס שפּיל פֿון ד ַײנע גיטאַרן לאָמיך ניט הערן‪.‬‬

                   ‫‪ 24‬נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט‪,‬‬
               ‫און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער‪.‬‬
‫‪ 25‬האָט איר מיר שלאַכטאָפּפֿער און שפּ ַײזאָפּפֿער געבראַכט אין‬

                                                       ‫דער מדבר‪,‬‬
                      ‫פֿאַר די פֿערציק יאָר‪ ,‬איר הױז פֿון ישׂראל?‬
                    ‫‪ 26‬דרום װעט איר טראָגן ִסכּות א ַײער קיניג‪,‬‬

                                  ‫און ִכּיאָן‪ ,‬א ַײערע געצנבילדער‪,‬‬
                                                ‫א ַײער שטערנגאָט‬

                                    ‫װאָס איר האָט א ַײך געמאַכט‪.‬‬
         ‫‪ 27‬און איך װעל א ַײך פֿאַרטר ַײבן פֿון יענער ז ַײט ַד ֶמ ֶשׂק‪,‬‬

                    ‫זאָג יהוה – גאָט פֿון צ ָבֿאות איז ז ַײן נאָמען‪.‬‬

             ‫‪ 1‬װײ‪ ,‬די רואיקע אין ִציוֹן‪,‬ו‬

                          ‫און די זיכערע אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן‪,‬‬
                              ‫די באַרופֿענע פּער פֿון די פֿעלקער‪,‬‬

                         ‫װאָס צו זײ קומט דאָס הױז פֿון ישׂראל!‬
                              ‫‪ 2‬גײט אַריבער קײן ַכּלֵנה‪ ,‬און זעט‪,‬‬
                             ‫און גײט פֿון דאָרט קײן גרױס‪-‬ח ָמת‪,‬‬
                             ‫און נידערט אין ַגת פֿון די פּ ִלשתּים;‬

                       ‫איז זײ בעסער פֿון די דאָזיקע קיניגר ַײכן?‬
             ‫צי איז זײער געמאַרק גרעסער פֿון א ַײער געמאַרק?‬

                         ‫‪ 3‬איר װאָס שטױסט אָפּ דעם בײזן טאָג‪,‬‬
                                ‫און רוקט צו דעם טראָן פֿון רױב!‬

                         ‫‪ 4‬די װאָס ליגן אױף בעטן פֿון עלפֿנבײן‪,‬‬
                        ‫און אױסגעצױגן אױף זײערע געלעגערס‪,‬‬

                                     ‫און עסן לעמער פֿון די שאָף‪,‬‬
                                         ‫און קעלבער פֿון שטאַל;‬

                          ‫‪ 5‬די װאָס צימבלען אױף דער גיטאַר –‬
               ‫אַזױ װי דוד האָבן זײ זיך אױסגעטראַכט כּ ֵלי‪ֶ-‬ז ֶמר;‬

                     ‫‪ 6‬די װאָס טרינקען אין שפּרענגבעקנס װ ַײן‪,‬‬
                          ‫און מיט די בעסטע א ַײלן זאַלבן זײ זיך‪,‬‬

                   ‫און קימערן זיך ניט אום דעם בראָך פֿון יוֹסף‪.‬‬
   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17