Page 8 - Hosheye
P. 8

‫הוֹשע‬

                                     ‫װ ַײל ז ַײן שאָטן איז גוט‪.‬‬
                         ‫דרום ז ַײנען א ַײערע טעכטער מַזנה‪,‬‬

                            ‫און א ַײערע שניר ז ַײנען אומטר ַײ‬
‫‪ 14‬איך פֿאַרדענק ניט א ַײערע טעכטער װאָס זײ ז ַײנען מַזנה‪,‬‬

                   ‫און א ַײערע שניר װאָס זײ ז ַײנען אומטר ַײ‪,‬‬
                         ‫אַז זײ אַלײן גײען מיט זוֹנות אַװעק‪,‬‬

          ‫און מיט שאַנדװ ַײבער ברענגען זײ שלאַכטאָפּפֿער;‬
  ‫און דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַרשטײט ניט‪ ,‬װערט געשטרױכלט‪.‬‬

                              ‫‪ 15‬אױב דו ישׂראל ביסט מַזנה‪,‬‬
                            ‫זאָל זיך יהודה ניט פֿאַרשולדיקן;‬

                                     ‫און קומט ניט קײן ִגלָגל‪,‬‬
                            ‫און גײט ניט אַרױף קײן בית‪-‬אֶָון‪,‬‬
                       ‫און שװערט ניט‪ :‬אַזױ װי יהוה לעבט!‬
                    ‫‪ 16‬װאָרום אַזױ װי אַ װידערשפּעניקע קו‬

                               ‫האָט װידערשפּעניקט ישׂראל;‬
                                  ‫זאָל גאָט זײ אַצונד פֿיטערן‬

                           ‫װי אַ שעפּס אין דערברײטערניש?‬
                    ‫‪ 17‬באַהעפֿט צו געצנבילדער איז אפֿרים‪,‬‬

                                              ‫לאָז אים צו רו‪.‬‬
                                    ‫‪ 18‬גײט אָפּ זײער ִשכּרות‪,‬‬
                               ‫ז ַײנען זײ אין זנות פֿאַרזונקען;‬

                                       ‫א ַײנגעליבט אין שאַנד‬
                                       ‫ז ַײנען אירע באַשיצער‪.‬‬
       ‫‪ 19‬דער װינט האָט זײ א ַײנגעבונדן אין ז ַײנע פֿליגלען;‬
        ‫און זײ װעלן זיך שעמען מיט זײערע שלאַכטאָפּפֿער‪.‬‬

          ‫‪ 1‬הערט דאָס צו‪ ,‬איר כֹּהנים‪,‬ה‬

                   ‫און פֿאַרנעמט‪ ,‬איר הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
                 ‫און איר הױז פֿון מלך‪ ,‬לײגט צו דאָס אױער‪,‬‬

                      ‫װאָרום אױף א ַײך איז אַ משפּט פֿאַראַן‪,‬‬
               ‫װ ַײל אַ פּאַסטקע ז ַײט איר געװען פֿאַר ִמצ ָפּה‪,‬‬

                     ‫און אַן אױסגעשפּרײטע נעץ אױף ָתּבוֹר‪.‬‬
            ‫‪ 2‬און די אָפּקערער ז ַײנען אין שעכטן פֿאַרטיפֿט‪,‬‬

                       ‫און איך בין אָפּגעטאָן ב ַײ זײ אַלעמען‪.‬‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13