Page 7 - Hosheye
P. 7

‫הוֹשע‬

                                 ‫און בלוט אָן בלוט רירט זיך אָן‪.‬‬
                               ‫‪ 3‬דרום װער טרױערן דאָס לאַנד‪,‬‬
          ‫און פֿאַרװעלקט װערן װעט איטלעכער װױנער דערין‪,‬‬
             ‫מיט דער חיה פֿון פֿעלד‪ ,‬און מיטן פֿױגל פֿון הימל;‬
              ‫און אַפֿילו די פֿישן פֿון ים װעלן א ַײנגעטאָן װערן‪.‬‬
                             ‫‪ 4‬אָבער קײנער טאָר זיך ניט קריגן‪,‬‬

                                  ‫און ניט שטראָפֿן טאָר קײנער‪,‬‬
                               ‫װאָרום ד ַײן פֿאָלק ז ַײנען אַזעלכע‬

                                       ‫װאָס קריגן זיך מיטן כֹּהן‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬דרום װעסטו שטרױכלען ב ַײ טאָג‪,‬‬
‫און אױך דער נבֿיא װעט געשטרױכלט װערן מיט דיר ב ַײ נאַכט‪,‬‬
                           ‫און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן ד ַײן מוטער‪.‬‬
      ‫‪ 6‬פֿאַרשניטן װערט מ ַײן פֿאָלק פֿון ניט פֿאַרשטאַנדיקײט;‬

                                  ‫װ ַײל דו האָסט פֿאַראַכט װיסן‪,‬‬
            ‫דרום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו ז ַײן מיר אַ כֹּהן;‬

                  ‫אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּוֹרה פֿון ד ַײן גאָט‪,‬‬
                      ‫װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן ד ַײנע קינדער‪.‬‬

  ‫‪ 7‬װי זײ האָבן זיך געמערט‪ ,‬אַזױ האָבן זײ געזינדיקט צו מיר;‬
                     ‫װעל איך זײער כּבוד אױף שאַנד אומב ַײטן‪.‬‬
                      ‫‪ 8‬זײ נערן זיך אױף די זינד פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                        ‫און אױף זײער פֿאַרברעך קוקן זײ אױס‪.‬‬

               ‫‪ 9‬דרום װעט ז ַײן‪ ,‬אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כֹּהן‪,‬‬
           ‫און איך װעל זיך רעכענען מיט אים פֿאַר ז ַײנע װעגן‪,‬‬

                      ‫און ז ַײנע מעשׂים װעל איך אים אומקערן‪.‬‬
                        ‫‪ 10‬און זײ װעלן עסן און ניט זאַט װערן‪,‬‬

                  ‫זײ ז ַײנען מַזנה‪ ,‬אָבער זײ װעלן זיך ניט מערן;‬
                ‫װ ַײל זײ האָבן אױפֿגעהערט אױף גאָט צו אַכטן‪.‬‬

                               ‫‪ 11‬זנות און װ ַײן און טרױבנזאַפֿט‬
                                            ‫באַנעמט דאָס האַרץ‪.‬‬

                             ‫‪ 12‬מ ַײן פֿאָלק פֿרעגט ב ַײ זײ האָלץ‪,‬‬
                                 ‫און ז ַײן שטעקן באַשײדט אים;‬

                       ‫װאָרום אַ ג ַײסט פֿון זנות האָט פֿאַרפֿירט‪,‬‬
           ‫און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אונטער זײער גאָט‪.‬‬

                            ‫‪ 13‬אױף די שפּיצן בערג שלאַכטן זײ‪,‬‬
                                   ‫און אױף די הײכן ר ַײכערן זײ‪,‬‬

                 ‫אונטער א ַײכנבױם און טאָפּאָל און טערעבינט‪,‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12