Page 4 - Hosheye
P. 4
הוֹשע
װאָרום קינדער פֿון זנות ז ַײנען זײ.
7װאָרום מַזנה געװען האָט זײער מוטער,
פֿאַרמיאוסט האָט זיך זײער געװינערין.
װאָרום זי האָט געזאָגט:
איך װעל גײן נאָך מ ַײנע ליבהאָבער,
די װאָס גיבן מ ַײן ברױט און מ ַײן װאַסער,
מ ַײן װאָל און מ ַײן פֿלאַקס ,מ ַײן אײל און מ ַײן טראַנק.
8דרום זע ,איך פֿאַרשטעל ד ַײן װעג מיט דערנער,
און װעל פֿאַרצאַמען אַ צאַם אַרום איר,
אַז זי זאָל אירע שטעגן ניט געפֿינען.
9און זי װעט נאָכיאָגן אירע ליבהאָבער און זײ ניט דער-גר ַײכן,
און זי װעט זײ זוכן און ניט געפֿינען;
און זי װעט זאָגן:
איך װעל גײן און זיך אומקערן צו מ ַײן ערשטן מאַן,
װאָרום דענצמאָל איז מיר בעסער געװען װי אַצונד.
10און זי װײס ניט ,אַז דאָס האָב איך איר געגעבן
די תּבואה ,דעם װ ַײן ,און דאָס אײל;
און דאָס זילבער און גאָלד װאָס איך האָב איר געמערט,
האָבן זײ פֿאַרטאָן אױף ב ַעל.
11דרום װעל איך צוריקנעמען מ ַײן תּבואה אין איר צ ַײט,
און מ ַײן װ ַײן אין ז ַײן געשטעלטער צ ַײט,
און איך װעל אַװעקר ַײסן מ ַײן װאָל און מ ַײן פֿלאַקס,
װאָס איז געװען איר נאַקעטקײט צו פֿאַרדעקן.
12און אַצונד װעל איך אַנטפּלעקן איר שאַנד
פֿאַר די אױגן פֿון אירע ליבהאָבער,
און קײנער װעט זי ניט מציל ז ַײן פֿון מ ַײן האַנט.
13און איך װעל מאַכן אױפֿהערן איר גאַנצע פֿרײד;
איר ָיום-טובֿ ,איר רֹאש-חוֹדש ,און איר שבת,
און אַלע אירע פֿ ַײערטעג.
14און איך װעל פֿאַרװיסטן איר װ ַײנשטאָק און איר פֿ ַײגנבױם,
װאָס זי האָט געזאָגט :אַ מתּנה ז ַײנען זײ מיר,
װאָס מ ַײנע ליבהאָבער האָבן מיר געגעבן;
15און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ װאַלד,
און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ אױפֿעסן.
און איך װעל זיך רעכענען מיט איר
פֿאַר די טעג פֿון די ב ַעל-געטער,