Page 9 - Hosheye
P. 9

‫הוֹשע‬

                                                 ‫‪ 3‬איך קען אפֿרים‪,‬‬
                           ‫און ישׂראל איז ניט פֿאַרהױלן פֿון מיר;‬
                      ‫װאָרום אַצונד האָסטו מַזנה געװען‪ ,‬אפֿרים‪,‬‬

                             ‫פֿאַראומרײניקט געװאָרן איז ישׂראל‪.‬‬
                                     ‫‪ 4‬זײערע מעשׂים לאָזן זײ ניט‬
                                      ‫זיך אמצוקערן צו זײער גאָט‪,‬‬

                             ‫װאָרום אַ ג ַײסט פֿון זנות איז אין זײ‪,‬‬
                                           ‫און יהוה קענען זײ ניט‪.‬‬

‫‪ 5‬און דער שטאָלץ פֿון ישׂראל װעט געבײגט װערן פֿאַר ז ַײן פּנים‪,‬‬
‫און ישׂראל און אפֿרים װעלן געשטרױכלט װערן דורך זײער זינד‪,‬‬

                              ‫אױך יהודה טוט שטרױכלען מיט זײ‪.‬‬
                       ‫‪ 6‬מיט זײערע שאָף און מיט זײערע רינדער‬

                                            ‫װעלן זײ גײן זוכן גאָט‪,‬‬
                                    ‫אָבער זײ װעלן ניט געפֿינען –‬
                                     ‫ער האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ‪.‬‬
                                    ‫‪ 7‬זײ האָבן אָן גאָט געפֿעלשט‪,‬‬
                       ‫װאָרום פֿרעמדע קינדער האָבן זײ געבאָרן;‬

                                           ‫אַצונד װעט זײ אַ חוֹדש‬
                                   ‫פֿאַרצערן מיט זײערע פֿעלדער‪.‬‬

                                      ‫‪ 8‬בלאָזט אַ שוֹפֿר אין ִגב ָעה‪,‬‬
                                           ‫אַ טרומײטער אין ָר ָמה;‬
                                               ‫שאַלט אין בית‪-‬אֶָון‪:‬‬
                                              ‫קוק זיך אום‪ ,‬בנימין!‬

              ‫‪ 9‬אפֿרים װעט צו װיסט װערן אין טאָג פֿון שטראָף;‬
       ‫אין די שבטים פֿון ישׂראל טו איך עס צו װיסן אױף זיכער‪.‬‬

              ‫‪ 10‬די האַרן פֿון יהודה ז ַײנען װי גרענעצפֿאַרכאַפּער‪,‬‬
                ‫אױף זײ װעל איך אױסגיסן װי װאַסער מ ַײן צאָרן‪.‬‬
                 ‫‪ 11‬געדריקט װערט אפֿרים‪ ,‬צעבראָכן פֿון משפּט‪,‬‬
                        ‫װ ַײל ער איז װילנדיק געגאַנגען נאָך קױט‪.‬‬
                            ‫‪ 12‬און איך בין װי אַ מאָיל צו אפֿרים‪,‬‬
                         ‫און װי אַ פֿױלונג צו דעם הױז פֿון יהודה‪.‬‬
                     ‫‪ 13‬און אפֿרים האָט געזען ז ַײן קראַנקשאַפֿט‪,‬‬
                                              ‫און יהודה ז ַײן װוּנד;‬
                                   ‫איז אפֿרים געגאַנגען צו אַשור‪,‬‬
                       ‫און האָט געשיקט צום מלך ”שטרײטער“;‬
                                     ‫אָבער ער קען א ַײך ניט הײלן‪,‬‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14