Page 14 - Hosheye
P. 14
הוֹשע
11װאָרום אפֿרים האָט געמערט מזבחות צום זינדיקן,
ב ַײ אים ז ַײנען מזבחות צום זינדיקן געװען.
12װי פֿיל פֿון מ ַײן תּוֹרא איך זאָל אים שר ַײבן,
איז דאָס ב ַײ אים װי פֿרעמד פֿאַררעכנט.
13מ ַײנע בראַנדאָפּפֿער זאָלן זײ שלאַכטן פֿאַר פֿלײש און עסן,
גאָט טוט זײ ניט באַפֿיליקן.
אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך,
און װעט דערמאָנען זײערע זינד;
קײן ִמצ ַר ִים װעלן זײ זיך אומקערן.
14װאָרום ישׂראל האָט פֿאַרגעסן אָן ז ַײן באַשעפֿער,
און האָט פּאַלײען געבױט,
און יהודה האָט געמערט באַפֿעסטיקטע שטעט:
דרום װעל איך שיקן אַ פֿ ַײער אין ז ַײנע שטעט,
און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.
1ניט פֿרײען זאָלסטו זיך ,ישׂראל,ט
מיט שׂמחה אַזױ װי די פֿעלקער,
װאָרום האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון ד ַײן גאָט,
האָסט ליב געהאַט זוֹנה-לױן אױף אַלע תּבואה-ש ַײערן.
2דער ש ַײער און דער קעלטער װעט זײ ניט שפּ ַײזן,
און דער פֿרישװ ַײן װעט פֿעלשן אָן זײ.
3זײ װעלן ניט זיצן אין לאַנד פֿון גאָט,
און אפֿרים װעט זיך קײן ִמצ ַר ִים אומקערן,
און אין אַשור װעלן זײ אומרײנס עסן.
4זײ װעלן ניט גיסן צו גאָט װ ַײן,
און ניט אָנגעלײגט װעלן אים ז ַײן זײערע שלאַכטאָפּפֿער,
אַזױ װי ברױט פֿון אַ ֵבלות װעט עס זײ ז ַײן,
אַלע װאָס עסן עס װעלן זיך פֿאַראומרײניקן;
װאָרום זײער ברױט װעט ז ַײן פֿאַר זײער ל ַײב,
עס װעט ניט קומען אין הױז פֿון גאָט.
5װאָס װעט איר טאָן אין אַ ָיום-טובֿ,
און אין אַ פֿ ַײערטאָג פֿון גאָט?
6װאָרום זע ,זײ ז ַײנען אַװעק פֿון דעם בראָך,
װעט ִמצ ַר ִים זײ א ַײנזאַמלען,