Page 18 - Hosheye
P. 18
הוֹשע
12ז ֵײט א ַײך פֿאַר גערעכטיקײט,
װעט איר שנ ַײדן לױט גענאָד;
אַקערט א ַײך אַן אַקער,
װאָרום עס איז צ ַײט צו זוכן גאָט,
ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף א ַײך גערעכטיקײט.
13איר האָט געאַקערט שלעכטס,
האָט איר אומרעכט געשניטן,
האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן;
װאָרום האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף ד ַײן װעג,
אױף די פֿיל גיבוֹרים ד ַײנע.
14דרום װעט אױפֿשטײן אַ חורבן אױף ד ַײנע מחנות,
און אַלע ד ַײנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן,
װי ַשל ַמן האָט פֿאַרװיסט בית-אַר ֵבאל ,אין טאָג פֿון מלחמה –
מוטערס מיט קינדער ז ַײנען צעהאַקט געװאָרן.
15אַזױ האָט געטאָן צו א ַײך ביתֵ -אל,
פֿון װעגן א ַײער בײזער שלעכטיקײט;
אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן
דער מלך פֿון ישׂראל.
1אַז ישׂראל איז יונג געװען האָב איך אים ליב געהאַט,
און פֿון ִמצ ַרִים האָב איך גערופֿן מ ַײן זון.יא
2װי זײ האָבן גערופֿן צו זײ,
אַזױ ז ַײנען זײ אַװעק פֿון זײ;
צו די ב ַעל-געטער האָבן זײ געשלאַכט,
און צו די געצן האָבן זײ גערײכערט.
3און איך האָב געלערנט גײן אפֿרים,
זײ פֿאַר זײערע אָרעמס גענומען,
און זײ האָבן ניט געמערקט אַז איך האָב זײ פֿאַרהיט.
4מיט מענטשלעכע שטריק האָב איך זײ צוגעצױגן,
מיט שנורן פֿון ליבשאַפֿט,
און איך בין זײ געװען
װי די אַראָפּנעמער פֿון דעם יאָך אױף זײערע קינבאַקן:
און עסן פֿלעג איך אים דערלאַנגען.
5ער װעט זיך ניט אומקערן קײן לאַנד ִמצ ַרים,