Page 20 - Hosheye
P. 20

‫הוֹשע‬

                       ‫אַ גאַנצן טאָג מערט ער ליגן און רױב;‬
                             ‫און אַ בונד מיט אַשור שליסן זײ‪,‬‬

                         ‫און אײל װערט קײן ִמצ ַר ִים געפֿירט‪.‬‬
                       ‫‪ 3‬אָבער גאָט האָט אַ קריג מיט יהודה‪,‬‬
           ‫און װעט זיך רעכענען מיט יעקב לױט ז ַײנע װעגן‪,‬‬
                   ‫לױט ז ַײנע מעשׂים װעט ער אים אומקערן‪.‬‬
 ‫‪ 4‬אין מוטערל ַײב האָט ער ב ַײם טריט געכאַפּט ז ַײן ברודער‪,‬‬
           ‫און מיט ז ַײן כּוֹח האָט ער געשטריטן מיט אַ גאָט;‬
‫‪ 5‬יאָ‪ ,‬ער האָט געשטריטן קעגן אַ מלאך און איז ב ַײגעקומען;‬
                   ‫ער האָט געװײנט און זיך געבעטן ב ַײ אים‪:‬‬

                            ‫אין בית‪ֵ -‬אל װעט ער אים טרעפֿן‪,‬‬
                          ‫און דאָרטן װעט ער רעדן מיט אים‪.‬‬
                         ‫‪ 6‬און יהוה איז דער גאָט פֿון צ ָבאוֹת‪,‬‬

                                    ‫יהוה איז ז ַײן געדעכעניש‪.‬‬
                ‫‪ 7‬דרום זאָלסט דו צו ד ַײן גאָט זיך אומקערן;‬

                        ‫פֿרומקײט און גערעכטיקײט היט אָפּ‪,‬‬
                                  ‫און האָף צו ד ַײן גאָט תּמיד‪.‬‬

               ‫‪ 8‬כַּנ ַען האָט פֿאַלשע װאָגשאָלן אין ז ַײן האַנט‪,‬‬
                                     ‫צו באַרױבן האָט ער ליב‪.‬‬

                 ‫‪ 9‬און אפֿרים זאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬איך בין ר ַײך‪,‬‬
                         ‫איך האָב מיר דערגר ַײכט אַ פֿאַרמעג;‬

               ‫אין אַל מ ַײן מי װעט מען ב ַײ מיר ניט געפֿינען‬
                               ‫אַן אומרעכט װאָס איז אַ זינד‪.‬‬

                              ‫‪ 10‬אָבער איך בין יהוה ד ַײן גאָט‬
                                          ‫פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים אָן‪,‬‬

             ‫איך װעל דיך װידער מאַכן װוינען אין געצעלטן‪,‬‬
                               ‫װי אין די טעג פֿון יענער צ ַײט‪.‬‬

                      ‫‪ 11‬און איך האָב גערעדט צו די נבֿיאים‪,‬‬
                            ‫און איך האָב זעאונגנען געמערט‪,‬‬

                 ‫און דורך די נבֿיאים פֿלעג איך משלים געבן‪.‬‬
                                  ‫‪ 12‬אַז ִגל ָעד איז נישטיקײט‪,‬‬

                        ‫לױטער פֿאַלשקײט ז ַײנען זײ געװאָרן!‬
                          ‫אין ִגלָגל האָבן זײ אָקסן געשלאַכט;‬
                         ‫יאָ‪ ,‬זײערע מזבחות ז ַײנען װי הױפֿנס‬
                                      ‫אױף די ב ַײטן פֿון פֿעלד‪.‬‬
   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25