Page 22 - Hosheye
P. 22
הוֹשע
7דרום בין איך צו זײ װי אַ לײב געװאָרן,
װי אַ לעמפּערט אױפֿן װעג װעל איך לױערן;
8איך װעל זײ באַגעגענען װי אַ בערינטע פֿון קינדער באַרױבט,
און איך װעל אױפֿר ַײסן דעם שײד פֿון זײער האַרצן,
און װעל זײ אױפֿעסן דאָרטן װי אַ לײבינטע;
די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ צער ַײסן.
9דיך האָט אומגעבראַכט ישׂראל,
װאָס דו ביסט קעגן מיר ,קעגן ד ַײן הילף.
10װוּ דען איז ד ַײן מלך,
ער זאָל דיך העלפֿן אין אַלע ד ַײנע שטעט?
און ד ַײנע ריכטער ,װאָס דו האָסט געזאָגט:
גיב מיר אַ מלך און האַרן?
11איך גיב דיר אַ מלך אין מ ַײן כּעס,
און נעם אַװעק אין מ ַײן גרימצאָרן.
12א ַײנגעבונדן איז די זינד פֿון אפֿרים,
באַהאַלטן איז ז ַײן חטא.
13װײען פֿון אַ געװינערין װעלן קומען אױף אים;
אַ ניט קלוג קינד איז ער,
װאָרום עס איז צ ַײט ,ער זאָל ניט שטײן בל ַײבן
אין דעם געבעראָרט פֿון קינדער.
14זאָל איך פֿון דער האַנט פֿון אונטערערד זײ אױסלײזן?
זאָל איך פֿון טױט זײ אױסקױפֿן?
װוּ ז ַײנען ד ַײנע מגפֿות ,טױט?
װוּ ד ַײן פּעסט ,אונטערערד?
דערבאַרימונג זאָל פֿאַרבאָרגן ז ַײן פֿון מ ַײנע אױגן.
15װאָרום ער מעג װאַקסן צװישן ט ַײכגראָזן,
װעט קומען אַ מזרח-װינט,
אַ שטורעם פֿון גאָט פֿון מדבר גײט אױף
און טרוקן װערן װעט ז ַײן ברונעם,
און אױסטריקענען װעט ז ַײן קװאַל;
ער װעט צערױבן דעם שאַץ פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.