Page 23 - Hosheye
P. 23
הוֹשע
1פֿאַרשולדיקט איז שוֹמרוֹן,יד
װאָרום זי האָט װידערשפּעניקט אָן איר גאָט;
דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן,
זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן,
און ז ַײנע טראָגעדיקע װעלן אױפֿגעשפּאָלטן װערן.
2קער זיך אום ,ישׂראל ,צו יהוה ד ַײן גאָט,
װאָרום האָסט געשטרױכלט דורך ד ַײנע זינד.
3נעמט מיט א ַײך װערטער,
און קערט א ַײך אום צו גאָט;
זאָגט צו אים :פֿאַרגיב אַלע זינד,
און נעם אָן דאָס גוטע;
און לאָמיר צאָלן אָנשטאָט אָקסן מיט אונדזערע ליפּן.
4אַשור װעט אונדז ניט העלפֿן,
אױף פֿערד װעלן מיר ניט ר ַײטן,
און מיר װעלן מער ניט זאָגן ”אונדזער גאָט“
צום װערק פֿון אונדזערע הענט;
װאָרום דורך דיר װערט דערבאַרימט דער עלנדער.
5איך װעל הײלן זײער אָפּקערונג,
איך װעל זײ ליב האָבן האַרציק,
װאָרום מ ַײן צאָרן האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים.
5איך װעל ז ַײן װי דער טױ צו ישׂראל;
ער װעט בליען װי אַ ליליע,
און שלאָגן ז ַײנע װאָרצלען װי דער ל ָבנוֹן.
7ז ַײנע צװ ַײגן װעלן זיך שפּר ַײטן,
און ז ַײן גלאַנץ װעט ז ַײן װי פֿון אײלבערטבױם,
און אַ ריח װעט ער האָבן װי דער ל ָבנוֹן.
8די װאָס זיצן אין ז ַײן שאָטן
װעלן װידער אױפֿברענגען תּבואה,
און זײ װעלן בליען װי אַ װ ַײנשטאָק;
ז ַײן דופֿט װי דער װ ַײן פֿון ל ָבנוֹן.
9אפֿרים װעט זאָגן:
װאָס קער איך זיך אָן מער מיט געצנבילדער.
איך ענטפֿער ,און װעל אים אָנקוקן;