Page 19 - Hosheye
P. 19
הוֹשע
אָבער אַשור ,ער װעט ז ַײן מלך ז ַײן,
װ ַײל זײ האָבן ניט געװאָלט צוריקקערן.
6און אַ שװערד װעט פֿאַלן אין ז ַײנע שטעט,
און װעט פֿאַרלענדן ז ַײנע ריגלען און פֿאַרצערן,
פֿון װעגן זײערע באַראָטונגען.
7און מ ַײן פֿאָלק קװענקלט זיך אומצוקערן צו מיר,
און מע רופֿט אים צו דער הײך,
אָבער ער טוט זיך ניט דערהײבן.
8װי קען איך דיך איבערגעבן ,אפֿרים?
דיך איבערענטפֿערן ,ישׂראל?
װי קען איך דיך מאַכן װי אַד ָמה?
דיך לאָזן װערן װי צבֹאים?
מ ַײן האַרץ קערט זיך אום אין מיר,
מ ַײן גאַנצע רחמנות צינדט זיך אָן.
9איך װעל ניט אױספֿירן מ ַײן גרימצאָרן,
איך װעל מער ניט אומברענגען אפֿרים;
װאָרום גאָט בין איך און ניט אַ מענטש –
דער הײליקער צװישן דיר –
און איך װעל ניט קומען מיט צאָרן.
10נאָך יהוה װעלן זײ גײן –
אַזו װי אַ לײב װעט ער ברילן;
יאָ ,ער װעט ברילן,
און די קינדער װעלן א ַײלן פֿון מערב.
11זײ װעלן א ַײלן װי אַ פֿױגל ,פֿון ִמצ ַר ִים,
און װי אַ טױב ,פֿון לאַנד אַשור,
און איך װעל זײ באַזעצן אין זײערע ה ַײזער,
זאָגט גאָט.
1אַרומגערינגלט מיט ליגן האָט מיך אפֿרים,יב
און מיט באַטרוג דאָס הױז פֿון ישׂראל;
און יהודה איז נאָך אַלץ פֿר ַײגעלאָזט מיט גאָט,
און מיט דעם הײליקן געטר ַײען.
2אפֿרים לױפֿט נאָך װינט ,און יאָגט זיך נאָך מזרח-װינט,