Page 15 - Hosheye
P. 15

‫הוֹשע‬

                                     ‫מוֹף װעט זײ באַגראָבן;‬
‫די שאַצן פֿון זײער זילבער‪ ,‬זײ װעט שטעכגעװעקס ירשען‪,‬‬

                    ‫דערנער װעלן ז ַײן אין זײערע געצעלטן‪.‬‬
                  ‫‪ 7‬געקומען ז ַײנען די טעג פֿון רעכנשאַפֿט‪,‬‬

                            ‫געקומען די טעג פֿון באַצאָלונג;‬
                                  ‫געװאָר װערן װעט ישׂראל‪.‬‬

                                      ‫”אַ נאַר איז דער נבֿיא‪,‬‬
                           ‫משוגע איז דער מאַן פֿון ג ַײסט!“‬

                                    ‫פֿון װעגן ד ַײן גרױס זינד‪,‬‬
                         ‫און װ ַײל גרױס איז די פֿ ַײנטשאַפֿט‪.‬‬
                  ‫‪ 8‬אַ לױערער איז אפֿרים אַקעגן מ ַײן גאָט‪,‬‬
  ‫דעם נבֿיא שטעלט ער אַ פּאַסטקע אױף אַלע ז ַײנע װעגן‪,‬‬
                          ‫פֿ ַײנטשאַפֿט אין הױז פֿון ז ַײן גאָט‪.‬‬

                                 ‫‪ 9‬טיף פֿאַרדאָרבן ז ַײנען זײ‪,‬‬
                              ‫אַזױ װי אין די טעג פֿון ִגב ָעה;‬
                        ‫ער װעט געדענקען זײער פֿאַרברעך‪,‬‬
                            ‫ער װעט דערמאָנען זײערע זינד‪.‬‬

                                 ‫‪ 10‬װי װ ַײנטרױבן אין מדבר‬
                                  ‫האָב איך געפֿונען ישׂראל‪,‬‬

          ‫װי אַן ערשטפֿרוכט פֿון פֿ ַײגנבױם אין ז ַײן אָנהײב‬
                           ‫האָב איך געזען א ַײערע עלטערן;‬
                          ‫ז ַײנען זײ געקומען קײן ב ַעל‪ְ -‬פּעוֹר‪,‬‬

                         ‫און זיך אָפּגעשײדט צום שאַנדגעץ‪,‬‬
                                    ‫און געװאָרן אומװערדיק‬

                       ‫װי דאָס װאָס זײ האָבן ליב געקראָגן‪.‬‬
     ‫‪ 11‬אפֿרים – װי אַ פֿױגל װעט זײער כּבוד אַװעקפֿליען‪,‬‬
‫אױס געבורט‪ ,‬און אױס מוטערל ַײב‪ ,‬און אױס טראָגשאַפֿט!‬

        ‫‪ 12‬אַפֿילו אַז זײ װעלן אױפֿברענגען זײערע קינדער‪,‬‬
                                ‫װעל איך זײ באַרױבן פֿון זײ‪,‬‬

                            ‫אַז קײן מענטש זאָל ניט בל ַײבן;‬
             ‫יאָ‪ ,‬װײ אױך צו זײ װען איך טו זיך אָפּ פֿון זײ!‬

                         ‫‪ 13‬אפֿרים‪ ,‬װי איך האָב צוֹר געזען‪,‬‬
                        ‫איז געפֿלאַנצט אין אַ שײנעם אָרט‪,‬‬

                              ‫אָבער אפֿרים װעט אַרױספֿירן‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20