Page 16 - Hosheye
P. 16

‫הוֹשע‬

                         ‫ז ַײנע קינדער צום טײטער‬
       ‫‪ 14‬גיב זײ‪ ,‬גאָט‪ ,‬װאָס דו דאַרפֿסט זײ געבן!‬

               ‫גיב זײ אַ טראַכט װאָס פֿאַרװאַרפֿט‪,‬‬
                           ‫און בריסט פֿאַרדאַרטע!‬

             ‫‪ 15‬אַל דאָס בײז זײערס איז אין ִגלָגל‪,‬‬
            ‫יאָ‪ ,‬דאָרט האָב איך זײ פֿ ַײנט געקראָגן;‬

                       ‫פֿאַר די בײזע מעשׂים זײערע‬
            ‫װעל איך זײ פֿון מ ַײן הױז אַרױסטר ַײבן;‬

                   ‫איך װעל זײ מער ניט ליב האָבן;‬
                ‫אַלע זײערע האַרן ז ַײנען אָפּקערער‪.‬‬

                  ‫‪ 16‬געשלאָגן געװאָרן איז אפֿרים‪,‬‬
                     ‫זײער װאָרצל איז פֿאַרטריקנט‪,‬‬

                 ‫קײן פֿרוכט װעלן זײ ניט ברענגען;‬
                        ‫אַפֿילו אַז זײ װעלן געבערן‪,‬‬

       ‫װעל איך טײטן די גלוסטיקע פֿון זײער ל ַײב‪.‬‬
                    ‫‪ 17‬פֿאַראַכטן װעט זי מ ַײן גאָט‪,‬‬

             ‫װ ַײל זײ האָבן ניט צוגעהערט צו אים‪,‬‬
      ‫און זײ װעלן אומװאָגלען צװישן די פֿעלקער‪.‬‬

‫‪ 1‬אַ געראָטענער װ ַײנשטאָק איז ישׂראל געװען‪,‬י‬
            ‫ז ַײן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן;‬
                      ‫איז‪ ,‬װאָס מערער ז ַײן פֿרוכט‪,‬‬
                        ‫האָט ער מזבחות געמערט‪,‬‬
                            ‫װאָס שענער ז ַײן לאַנד‪,‬‬
          ‫האָבן זײ שענערע ז ַײלשטײנער געמאַכט‪.‬‬
                       ‫‪ 2‬זײער האַרץ איז צעטײלט;‬
                 ‫אַצונד װעלן זײ זײער שולד ל ַײדן;‬
                ‫ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות‪,‬‬
          ‫ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע ז ַײלשטײנער‪.‬‬
                 ‫‪ 3‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַצונד װעלן זײ זאָגן‪:‬‬
                          ‫ניטאָ קײן מלך ב ַײ אונדז‪,‬‬
       ‫װ ַײל מיר האָבן ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט;‬
         ‫און דער מלך‪ ,‬װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?‬
                                 ‫‪ 4‬זײ רעדן גערײדן‪,‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21