Page 21 - Hosheye
P. 21

‫הוֹשע‬

                   ‫‪ 13‬און יעקב איז אַנטלאָפֿן אין פֿעלד פֿון אַ ָרם‪,‬‬
                            ‫און ישׂראל האָט געדינט אום אַ װ ַײב‪,‬‬
                           ‫און אום אַ װ ַײב האָט ער שאָף געהיט‪.‬‬

‫‪ 14‬און דורך אַ נבֿיא האָט גאָט אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון ִמצ ַר ִים‪,‬‬
                      ‫און דורך אַ נבֿיא איז ער אָפּגעהיט געװאָרן‪.‬‬
                               ‫‪ 15‬ביטער דערצערנט האָט אפֿרים‪,‬‬

                    ‫דרום װעט ער אױסלאָזן ז ַײן בלוט אױף אים‪,‬‬
                ‫און ז ַײן לעסטערונג װעט אים אומקערן ז ַײן האַר‪.‬‬

       ‫‪ 1‬אַז אפֿרים האָט גערעדט איז געװען אַ ציטערניש‪,‬‬

        ‫דער הױב איז ער געװען אין ישׂראל;יג‬

        ‫האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט מיט ב ַעל‪ ,‬און איז געשטאָרבן‪.‬‬
                                ‫‪ 2‬און אַצונד זינדיקן זײ אַלץ מער‪,‬‬

         ‫אונהאָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן בילד פֿון זײער זילבער‪,‬‬
                                             ‫געצן לױט זײער שׂכל‪,‬‬

                                 ‫דאָס װערק פֿון מ ַײנסטערס אַלע‪.‬‬
                                            ‫אױף זײ קען מען זאָגן‪:‬‬

                           ‫מענטשן שעכטן זײ‪ ,‬קעלבער קושן זײ‪.‬‬
                      ‫‪ 3‬דרום װעלן זײ ז ַײן װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן‪,‬‬
                      ‫און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי‪,‬‬
                 ‫װי שפּרײ װאָס װערט אַװעקגעבלאָזן פֿון ש ַײער‪,‬‬

                                      ‫און װי רױך דורכן פֿענצטער‪.‬‬

                                      ‫‪ 4‬און איך בין יהוה ד ַײן גאָט‬
                                              ‫פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים אָן‪,‬‬

                            ‫און קײן גאָט אַחוץ מיר קענסטו ניט‪,‬‬
                              ‫און ניטאָ קײן העלפֿער אױסער מיר‪.‬‬
                         ‫‪ 5‬איך האָב דיך דערקענט אין דער מדבר‪,‬‬

                                       ‫אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש‪.‬‬
                                     ‫‪ 6‬װי זײ האָבן זיך געפֿיטערט‪,‬‬

                                      ‫אַזױ ז ַײנען זײ זאַט געװאָרן;‬
                                            ‫זײ ז ַײנען זאַט געװאָרן‪,‬‬

                              ‫און זײער האַרץ האָט זיך דערהױבן‪,‬‬
                              ‫דערפֿאַר האָבן זײ פֿאַרגעסן אָן מיר‪.‬‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26