Page 17 - Hosheye
P. 17

‫הוֹשע‬

                                 ‫שװערן פֿאַלש‪ ,‬שליסן אַ בונד‪,‬‬
             ‫אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט‬

                                       ‫אױף די ב ַײטן פֿון פֿעלד‪.‬‬
                                ‫‪ 5‬אום די קעלבער פֿון בית‪-‬אֶָון‬
                          ‫װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן;‬
                    ‫װאָרום ז ַײן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן‪,‬‬
                  ‫און ז ַײנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים‪,‬‬
                      ‫װעגן ז ַײן כּבוד װאָס איז אַװעק פֿון אים‪.‬‬
                  ‫‪ 6‬אים אױך װעט מען קײן אַשור אַװעקפֿירן‪,‬‬
                              ‫אַ מתּנה צום מלך ”שטרײטער“;‬

                                      ‫שאַנד װעט קריגן אפֿרים‪,‬‬
                 ‫און ישׂראל װעט זיך שעמען מיט ז ַײן באַראָט‪.‬‬

                     ‫‪ 7‬פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן‪,‬‬
                                   ‫אַזױ װי שױם אױפֿן װאַסער‪.‬‬

               ‫‪ 8‬און פֿאַרטיליקט װערן װעלן די במות פֿון אֶָון‪,‬‬
                                            ‫די זינד פֿון ישׂראל;‬

‫דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות‬
               ‫און זײ װעלן זאָגן צו די בערג‪ :‬דעקט אונדז צו!‬
                     ‫און צו די הײכן‪ :‬פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!‬
                                ‫‪ 9‬מער װי אין די טעג פֿון ִגב ָעה‬
                                    ‫האָסטו געזינדיקט‪ ,‬ישׂראל;‬
                         ‫דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט;‬
                                ‫פֿאַר זײ אָבער װעט ניט קלעקן‬
               ‫אַ מלחמה װי אין ִגב ָעה אַקעגן די פֿאַרברעכער‪.‬‬
                ‫‪ 10‬װען איך טו באַגערן‪ ,‬װעל איך זײ שטראָפֿן‪,‬‬
                    ‫און פֿעלקער װעלן זיך א ַײנזאַמלן קעגן זײ‪,‬‬
               ‫װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען‪.‬‬
                        ‫‪ 11‬און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס‪,‬‬
                                       ‫צו דרעשן האָט עס ליב;‬
                               ‫אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען‬
                                      ‫איבער איר פֿעטן האַלדז‪:‬‬
                                 ‫איך װעל א ַײנשפּאַנען אפֿרים‪,‬‬
                                             ‫אַקערן זאָל יהודה‪,‬‬
                                          ‫בראָנעװען זאָל יעקב‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22