Page 38 - Breyshis
P. 38

‫בראשית‬

‫לוטן פֿון מיטן פֿון דער איבערקערעניש ב ַײם איבערקערן די שטעט‬
                                          ‫װאָס לוט איז אין זײ געזעסן‪.‬‬

‫‪ 30‬און לוט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון צו ַער‪ ,‬און האָט זיך באַזעצט‬
‫אױפֿן באַרג‪ ,‬און ז ַײנע צװײ טעכטער מיט אים; װאָרום ער האָט‬
‫מורא געהאַט צו זיצן אין צו ַער; און ער איז געזעסן אין אַ הײל‪ ,‬ער‬
‫און ז ַײנע צװײ טעכטער‪ 31 .‬האָט די עלטערע געזאָגט צו דער‬
‫י ִינגערער‪ :‬אונדזער פֿאָטער איז אַלט‪ ,‬און קײן מאַן איז ניטאָ אױף‬
‫דער ערד צו קומען צו אונדז‪ ,‬אַזױ װי דער שטײגער פֿון דער גאַנצער‬
‫ערד‪ 32 .‬קום‪ ,‬לאָמיר אָנטרינקען אונדזער פֿאָטער מיט װ ַײן‪ ,‬און מיר‬
‫װעלן ליגן מיט אים‪ ,‬און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער‬
‫אַ זאָמען‪ 33 .‬האָבן זײ אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װ ַײן אין‬
‫יענער נאַכט‪ ,‬און די עלטערע איז געקומען און איז געלעגן מיט איר‬
‫פֿאָטער; און ער האָט ניט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר‬
‫אױפֿשטײן‪ 34 .‬און עס איז געװען אױף מאָרגן‪ ,‬האָט די עלטערע‬
‫געזאָגט צו דער י ִינגערער‪ :‬זע‪ ,‬נעכטן בין איך געלעגן מיט מ ַײן‬
‫פֿאָטער; לאָמיר אים אָנטרינקען מיט װ ַײן אױך די נאַכט‪ ,‬און קום דו‬
‫ליג מיט אים‪ ,‬און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ‬
‫זאָמען‪ 35 .‬האָבן זײ אױך אין יענער נאַכט אָנגעטרונקען זײער‬
‫פֿאָטער מיט װ ַײן‪ ,‬און די י ִינגערע איז אױפֿגעשטאַנען און איז געלעגן‬
‫מיט אים; און ער האָט ניט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר‬

                                                             ‫אױפֿשטײן‪.‬‬

‫‪ 36‬און בײדע טעכטער פֿון לוטן ז ַײנען טראָגעדיק געװאָרן פֿון זײער‬
‫פֿאָטער‪ 37 .‬און די עלטערע האָט געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי האָט גערופֿן‬
‫ז ַײן נאָמען מואָב; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון דעם ה ַײנטיקן מואָב‪38 .‬‬
‫און די י ִינגערע‪ ,‬זי אױך האָט געבאָרן אַ זון‪ ,‬און זי האָט גערופֿן ז ַײן‬
‫נאָמען בן‪ַ -‬עמי; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון די ה ַײנטיקע קינדער פֿון‬

                                                                   ‫ַעמון‪.‬‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43