Page 90 - Breyshis
P. 90

‫בראשית‬

‫געזאָגט‪ :‬װאָס האָסטו זיך געריסן מיט אַזאַ ר ַײסעניש? און מע האָט‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען ֶפּ ֶרץ‪ 30 .‬און דערנאָך איז אַרױסגעקומען ז ַײן‬
‫ברודער‪ ,‬װאָס אױף ז ַײן האַנט איז געװען דער רױטער פאָדים; און‬

                                      ‫מע האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֶז ַרח‪.‬‬

‫‪ 1‬און יוֹסף איז אַראָפּגענידערט געװאָרן קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬און‬

‫פּוֹטי ַפר‪ ,‬אַ הױפדינער פֿון ַפּרעהן‪ ,‬דער אױבערל ַײבװעכטער‪,‬לט‬

‫אַ ִמצרישער מאַן‪ ,‬האָט אים אָפּגעקױפט פֿון דער האַנט פֿון די‬
‫ִישמע ֵאלים װאָס האָבן אים אַהין אַראָפּגענידערט‪ 2 .‬און גאָט איז‬
‫געװען מיט יוֹספֿן‪ ,‬און ער איז געװען אַ באַגליקטער מענטש; און ער‬
‫איז געװען אין הױז פֿון ז ַײן האַר דעם ִמצרי‪ 3 .‬און ז ַײן האַר האָט‬
‫געזען‪ ,‬אַז גאָט איז מיט אים‪ ,‬און אַלץ װאָס ער טוט‪ ,‬באַגליקט גאָט‬
‫אין ז ַײן האַנט; ‪ 4‬האָט יוֹסף געפונען חן אין ז ַײנע אױגן‪ ,‬און ער האָט‬
‫אים באַדינט‪ .‬און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער ז ַײן הױז‪ ,‬און‬
‫אַלץ װאָס ער האָט געהאַט‪ ,‬האָט ער איבערגעגעבן אין ז ַײן האַנט‪5 .‬‬
‫און עס איז געװען‪ ,‬פֿון זינט ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער ז ַײן‬
‫הױז‪ ,‬און איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט‪ ,‬האָט גאָט געבענטשט‬
‫דעם ִמצריס הױז פֿון יוֹספס װעגן‪ ,‬און אַ ברכה פֿון גאָט איז געװען‬
‫אױף אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין הױז און אין פעלד‪ 6 .‬האָט ער‬
‫איבערגעלאָזן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין יוֹספס האַנט‪ ,‬און ער‬
‫האָט לעבן אים ניט געװוּסט פֿון קײן זאַך‪ ,‬אַחוץ דעם ברױט װאָס ער‬
‫האָט געגעסן‪ .‬און יוֹסף איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט‪ ,‬און שײן‬

                                                            ‫אױפֿן פּנים‪.‬‬

‫‪ 7‬און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן‪ ,‬האָט ז ַײן האַרס‬
‫װ ַײב אױפֿגעהױבן אירע אױגן אױף יוֹספֿן‪ ,‬און זי האָט געזאָגט‪ :‬ליג‬
‫מיט מיר‪ 8 .‬האָט ער ניט געװאָלט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט צו ז ַײן‬
‫האַרס װ ַײב‪ :‬זע‪ ,‬מ ַײן האַר װײס ניט לעבן מיר װאָס אין הױז טוט זיך‪,‬‬
‫און אַלץ װאָס ער האָט‪ ,‬האָט ער איבערגעגעבן אין מ ַײן האַנט‪ 9 .‬ער‬
‫איז אין דעם דאָזיקן הױז ניט גרעסער פֿון מיר‪ ,‬און ער האָט ניט‬
‫פֿאַרמיטן פֿון מיר קײן זאַך‪ ,‬נאָר בלױז דיך‪ ,‬װ ַײל דו ביסט ז ַײן װ ַײב‪.‬‬
‫ה ַײנט װי קען איך טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז‪ ,‬און זינדיקן צו‬

                                                                   ‫גאָט?‬
   85   86   87   88   89   90   91   92   93   94   95