Page 97 - Breyshis
P. 97

‫בראשית‬

‫ַפּ ְעֵנ ַח; און ער האָט אים געגעבן אָסַנת די טאָכטער פֿון פּוֹטי‪ֶ -‬פ ַרע‪,‬‬
                                  ‫דעם פּריסטער פֿון אוֹן‪ ,‬פֿאַר אַ װ ַײב‪.‬‬

‫‪ 46‬און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען איבערן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ – .‬און יוֹסף‬
‫איז געװען דר ַײסיק יאָר אַלט‪ ,‬װען ער האָט זיך געשטעלט פֿאַר ַפּרעה‬
‫דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים‪ – .‬און יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר‬

             ‫ַפּרעהן‪ ,‬און איז דורכגעגאַנגען דורכן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 47‬און דאָס לאַנד האָט געבראַכט אין די זיבן זאַטע יאָרן הױפֿנסװ ַײז‪.‬‬
‫‪ 48‬און ער האָט אױפֿגעזאַמלט די גאַנצע שפּ ַײז פֿון די זיבן יאָר װאָס‬
‫ז ַײנען געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און האָט אַר ַײנגעטאָן די שפּ ַײז אין די‬
‫שטעט; די שפּ ַײז פֿון די פֿעלדער פֿון אַ שטאָט װאָס אַרום איר‪49 ,‬‬
‫האָט ער אַר ַײנגעטאָן אין איר‪ .‬און יוֹסף האָט אָנגעקליבן תּבואה אַזױ‬
‫װי זאַמד פֿון ים‪ ,‬זײער פֿיל‪ ,‬ביז מע האָט אױפֿגעהערט צו צײלן‪ ,‬װ ַײל‬

                                              ‫עס איז געװען אָן אַ צאָל‪.‬‬

‫‪ 50‬און ב ַײ יוֹספֿן ז ַײנען געבאָרן געװאָרן‪ ,‬אײדער דאָס הונגעריאָר איז‬
‫געקומען‪ ,‬צװײ זין‪ ,‬װאָס אָסַנת די טאָכטער פֿון פּוֹטי‪-‬פֿ ַרע דעם‬
‫פּריסטער פֿון אוֹן האָט אים געבאָרן‪ 51 .‬און יוֹסף האָט גערופֿן דעם‬
‫נאָמען פֿון דעם ב ָכור מַנ ֶשה‪ ,‬װ ַײל‪» :‬גאָט האָט מיך געמאַכט‬
‫פֿאַרגעסן מ ַײן גאַנצע מאַטערניש‪ ,‬און דאָס גאַנצע הױז פֿון מ ַײן‬
‫פֿאָטער«‪ 52 .‬און דעם נאָמען פֿון דעם צװײטן האָט ער גערופֿן‬
‫ֶאפֿ ַר ִים‪ ,‬װ ַײל‪» :‬גאָט האָט מיך געפֿרוכפּערט אין דעם לאַנד פֿון מ ַײן‬

                                                                   ‫פּ ַײן«‪.‬‬

‫‪ 53‬און עס האָבן זיך געענדיקט די זיבן יאָר פֿון דער זעט װאָס איז‬
‫געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 54 .‬און עס האָבן אָנגעהױבן קומען די זיבן‬
‫הונגעריאָרן‪ ,‬אַזױ װי יוֹסף האָט פֿאַרױסגעזאָגט‪ .‬און עס איז געװען אַ‬
‫הונגער אין אַלע לענדער‪ ,‬נאָר אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים איז געװען‬

                                                                 ‫ברױט‪.‬‬

‫‪ 55‬און אַז דאָס גאַנצע לאַנד ִמצ ַר ִים האָט אָנגעהױבן הונגערן‪ ,‬און‬
‫דאָס פֿאָלק האָט געשריען צו ַפּרעהן אום ברױט‪ ,‬האָט ַפּרעה געזאָגט‬
‫צו גאַנץ ִמצ ַר ִים‪ :‬גײט צו יוֹספֿן; װאָס ער װעט א ַײך זאָגן‪ ,‬זאָלט איר‬
‫טאָן‪ 56 .‬און דער הונגער איז געװען איבערן גאַנצן לאַנד; און יוֹסף‬
‫האָט געעפֿנט אַלע שפּ ַײכלערס‪ ,‬און האָט פֿאַרקױפֿט צו ִמצ ַר ִים; און‬
‫דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 57 .‬און פֿון דער‬
   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101   102