Page 100 - Breyshis
P. 100

‫בראשית‬

‫‪ 23‬און זײ האָבן ניט געװוּסט אַז יוֹסף פֿאַרשטײט װאָרום אַ‬
‫טאָלמעטש איז געװען צװישן זײ‪ 24 .‬האָט ער זיך אָפּגעדרײט פֿון זײ‪,‬‬
‫און האָט געװײנט‪ .‬און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײ‪ ,‬און האָט צו‬
‫זײ גערעדט; און ער האָט גענומען פֿון זײ שמעונען‪ ,‬און האָט אים‬

                                      ‫א ַײנגעשפֿאַרט פֿאַר זײערע אױגן‪.‬‬

‫‪ 25‬און יוֹסף האָט באַפֿױלן‪ ,‬מע זאָל אָנפֿילן זײערע כּלים מיט תּבואה‪,‬‬
‫און אומקערן זײער געלט איטלעכן אין ז ַײן זאַק‪ ,‬און זײ געבן שפּ ַײז‬
‫אױפֿן װעג‪ .‬און מע האָט צו זײ אַזױ געטאָן‪ 26 .‬און זײ האָבן‬
‫אױפֿגעלאָדן זײער תּבואה אױף זײערע אײזלען‪ ,‬און ז ַײנען‬

                                            ‫אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט אײנער געעפֿנט ז ַײן זאַק צו געבן ז ַײן אײזל פֿוטער אין‬
‫האַרבעריק‪ ,‬און האָט דערזען ז ַײן געלט‪ ,‬ערשט עס איז אין מױל פֿון‬
‫ז ַײן זאַק‪ 28 .‬האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬מ ַײן געלט איז‬
‫אומגעקערט געװאָרן‪ ,‬און אָט איז עס אױך אין מ ַײן זאַק‪ .‬איז זײ‬
‫אַרױסגעפֿאַלן דאָס האַרץ‪ ,‬און זײ האָבן ציטערנדיק געזאָגט אײנער‬

                      ‫צום אַנדערן‪ :‬װאָס האָט אונדז דאָ גאָט געטאָן?‬

‫‪ 29‬און זײ ז ַײנען געקומען צו זײער פֿאָטער יעקבן קײן לאַנד כַּנ ַען‪,‬‬
‫און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 30‬דער מאַן‪ ,‬דער האַר פֿון לאַנד‪ ,‬האָט מיט אונדז גערעדט האַרט‪,‬‬
‫און ער האָט אונדז געמאַכט פֿאַר אױסקוקערס פֿון דעם לאַנד‪31 .‬‬
‫האָבן מיר צו אים געזאָגט‪ :‬ערלעכע מענטשן ז ַײנען מיר‪ ,‬מיר ז ַײנען‬
‫קיין מאָל ניט געװען קײן אױסקוקערס‪ 32 .‬צװעלף ברידער ז ַײנען‬
‫מיר‪ ,‬זין פֿון אונדזער פֿאָטער; אײנער איז ניט געװאָרן‪ ,‬און דער‬
‫י ִינגסטער איז ה ַײנט מיט אונדזער פֿאָטער אין לאַנד כַּנ ַען‪ 33 .‬האָט‬
‫דער מאַן‪ ,‬דער האַר פֿון לאַנד‪ ,‬צו אונדז געזאָגט‪ :‬דערמיט װעל איך‬
‫װיסן אַז איר ז ַײט ערלעכע מענטשן‪ :‬אײן ברודער א ַײערן לאָזט‬
‫איבער ב ַײ מיר‪ ,‬און נעמט גענוג פֿאַר דעם הונגער פֿון א ַײערע‬
‫הױזגעזינטן‪ ,‬און גײט‪ 34 .‬און ברענגט א ַײער י ִינגסטן ברודער צו מיר‪,‬‬
‫און איך װעל װיסן אַז איר ז ַײט ניט קײן אױסקוקערס‪ ,‬נאָר איר ז ַײט‬
‫ערלעכע מענטשן; װעל איך א ַײך אָפּגעבן א ַײער ברודער‪ ,‬און איר‬

                                        ‫װעט מעגן פֿאַרקערן אין לאַנד‪.‬‬
   95   96   97   98   99   100   101   102   103   104   105