Page 105 - Breyshis
P. 105

‫בראשית‬

‫מענטשן‪ ,‬און אַז דו װעסט זײ אָניאָגן‪ ,‬זאָלסטו זאָגן צו זײ‪ :‬פֿאַר װאָס‬
‫האָט איר אָפּגעצאָלט אַ רעה פֿאַר אַ טוֹבֿה? ‪ 5‬דאָס איז דאָך דער‬
‫װאָס מ ַײן האַר טרינקט פֿון אים‪ ,‬און צױבערן טוט ער צױבערן מיט‬

    ‫אים‪ .‬איר האָט זיך שלעכט באַגאַנגען מיט װאָס איר האָט געטאָן‪.‬‬

‫‪ 6‬און ער האָט זײ אָנגעיאָגט‪ ,‬און האָט צו זײ גערעדט די דאָזיקע‬
‫װערטער‪ 7 .‬האָבן זײ צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס רעדט מ ַײן האַר‬
‫אַזעלכע װערטער? באַהיט זאָלן װערן ד ַײנע קנעכט פֿון טאָן אַזאַ‬
‫זאַך! ‪ 8‬זע‪ ,‬דאָס געלט װאָס מיר האָבן געפֿונען אין מױל פֿון‬
‫אונדזערע זעק‪ ,‬האָבן מיר דיר אומגעקערט פֿון לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬ה ַײנט װי‬
‫װעלן מיר גנבען פֿון ד ַײן האַרס הױז זילבער אָדער גאָלד? ‪ 9‬דער‬
‫יעניקער פֿון ד ַײנע קנעכט װאָס ער װעט ב ַײ אים געפֿונען װערן‪ ,‬זאָל‬

                ‫שטאַרבן‪ ,‬און אױך מיר װעלן ז ַײן קנעכט צו מ ַײן האַר‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט ער געזאָגט‪ :‬הגם געזאָלט האָט אַצונד ז ַײן אַזױ װי א ַײערע‬
‫װערטער‪ ,‬זאָל נאָר דער װאָס ער װעט ב ַײ אים געפֿונען װערן‪ ,‬ז ַײן אַ‬

                                ‫קנעכט צו מיר‪ ,‬און איר װעט ז ַײן רײן‪.‬‬

‫‪ 11‬האָבן זײ אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איטלעכער ז ַײן זאַק אױף דער‬
‫ערד‪ ,‬און זײ האָבן געעפֿנט איטלעכער ז ַײן זאַק‪ 12 .‬און ער האָט‬
‫געזוכט; מיטן עלטסטן האָט ער אָנגעהױבן‪ ,‬און מיטן יִינגסטן האָט‬
‫ער געענדיקט‪ .‬און דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין בנימינס‬

                                                                   ‫זאַק‪.‬‬

‫‪ 13‬האָבן זײ צעריסן זײערע קלײדער‪ ,‬און איטלעכער האָט‬
‫אױפֿגעלאָדן ז ַײן אײזל‪ ,‬און זײ האָבן זיך אומגעקערט אין שטאָט‪14 .‬‬
‫און יהודה איז געקומען מיט ז ַײנע ברידער אין יוֹספֿס הױז; און ער‬

 ‫איז נאָך דאָרטן געװען‪ .‬און זײ ז ַײנען געפאַלן פֿאַר אים צו דער ערד‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט‪ :‬װאָס איז דאָס פֿאַר אַ טואונג װאָס איר‬
‫האָט געטאָן? האָט איר ניט געװוּסט אַז צױבערן טוט צױבערן אַזאַ‬

                                                           ‫מאַן װי איך?‬

‫‪ 16‬האָט יהודה געזאָגט‪ :‬װאָס זאָלן מיר זאָגן צו מ ַײן האַר‪ ,‬װאָס זאָלן‬
‫מיר רעדן‪ ,‬און װאָס זאָלן מיר זיך פֿאַרענטפֿערן? גאָט האָט געפֿונען‬
‫די זינד פֿון ד ַײנע קנעכט‪ .‬אָט ז ַײנען מיר קנעכט צו מ ַײן האַר‪ ,‬אי מיר‪,‬‬

        ‫אי דער װאָס דער בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין ז ַײן האַנט‪.‬‬
   100   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110