Page 106 - Breyshis
P. 106

‫בראשית‬

‫‪ 17‬האָט ער געזאָגט‪ :‬חלילה מיר דאָס צו טאָן! דער מאַן װאָס דער‬
‫בעכער איז געפֿונען געװאָרן אין ז ַײן האַנט‪ ,‬ער זאָל ז ַײן אַ קנעכט צו‬

                   ‫מיר‪ ,‬און איר גײט אַרױף בשלום צו א ַײער פֿאָטער‪.‬‬

                  ‫ַו ִיַגש‬

‫‪ 18‬האָט יהודה גענענט צו אים; און האָט געזאָגט‪ :‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן‬
‫האַר‪ ,‬זאָל אַקאָרשט ד ַײן קנעכט רעדן אַ װאָרט אין די אױערן פֿון‬
‫מ ַײן האַר‪ ,‬און זאָל ד ַײן צאָרן ניט גרימען אױף ד ַײן קנעכט; װאָרום דו‬
‫ביסט אַזױ װי ַפּרעה‪ 19 .‬מ ַײן האַר האָט געפֿרעגט ז ַײנע קנעכט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬האָט איר אַ פֿאָטער אָדער אַ ברודער? ‪ 20‬און מיר האָבן‬
‫געזאָגט צו מ ַײן האַר‪ :‬מיר האָבן אַן אַלטן פֿאָטער‪ ,‬און אַ קלײנעם בן‪-‬‬
‫זקונים‪ ,‬װאָס ז ַײן ברודער איז טױט‪ ,‬און ער אַלײן איז געבליבן פֿון‬
‫ז ַײן מוטער‪ ,‬און ז ַײן פֿאָטער האָט אים ליב‪ 21 .‬האָסטו געזאָגט צו‬
‫ד ַײנע קנעכט‪ :‬ברענגט אים אַראָפּּ צו מיר‪ ,‬איך זאָל טאָן מ ַײן אױג‬
‫אױף אים‪ 22 .‬האָבן מיר געזאָגט צו מ ַײן האַר‪ :‬דער י ִינגל קען ניט‬
‫פֿאַרלאָזן ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬װאָרום אַז ער װעט פֿאַרלאָזן ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬װעט‬
‫דער שטאַרבן‪ 23 .‬האָסטו געזאָגט צו ד ַײנע קנעכט‪ :‬אױב א ַײער‬
‫י ִינגסטער ברודער װעט ניט אַראָפּנידערן מיט א ַײך‪ ,‬זאָלט איר מער‬
‫מ ַײן פּנים ניט זען‪ 24 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז מיר ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעקומען צו ד ַײן קנעכט‪ ,‬אונדזער פֿאָטער‪ ,‬האָבן מיר אים‬
‫דערצײלט די װערטער פֿון אונדזער האַר‪ 25 .‬און אַז אונדזער פֿאָטער‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬גײט װידער‪ ,‬קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּ ַײז‪ 26 ,‬האָבן מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬מיר קענען ניט אַראָפּנידערן; נאָר אױב אונדזער יִינגסטער‬
‫ברודער װעט ז ַײן מיט אונדז‪ ,‬װעלן מיר אַראָפּנידערן‪ ,‬װאָרום מיר‬
‫קענען ניט זען דעם מאַנס פּנים‪ ,‬אַװוּ אונדזער י ִינגסטער ברודער איז‬
‫ניט מיט אונדז‪ 27 .‬האָט ד ַײן קנעכט‪ ,‬אונדזער פֿאָטער‪ ,‬צו אונדז‬
‫געזאָגט‪ :‬איר װײסט אַז צװײ האָט מיר מ ַײן װ ַײב געבאָרן‪ 28 .‬און‬
‫אײנער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר‪ ,‬און איך האָב געזאָגט‪ :‬פֿאַר‬
‫װאָר‪ ,‬פֿאַרצוקן איז ער פֿאַרצוקט געװאָרן; און איך האָב אים ניט‬
‫געזען ביז אַצונד‪ 29 .‬און אַז איר װעט אַװעקנעמען אױך דעם דאָזיקן‬
‫פֿון מ ַײן פּנים‪ ,‬און אים װעט טרעפֿן אַן אומגליק‪ ,‬װעט איר מאַכן‬
‫נידערן מ ַײנע גראָע האָר מיט קומער אין קבֿר‪ 30 .‬און אַצונד אַז איך‬
‫װעל קומען צו ד ַײן קנעכט‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬און דער יִינגל איז מיט‬
‫אונדז ניטאָ‪ ,‬אַזױ װי ז ַײן זעל איז צוגעבונדן צו ז ַײן זעל‪ 31 ,‬איז‪ ,‬װי‬
   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111