Page 108 - Breyshis
P. 108

‫בראשית‬

‫הױז‪ ,‬און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבערן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 9 .‬א ַײלט‬
‫און גײט אַרױף צו מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬און איר זאָלט זאָגן צו אים‪ :‬אַזױ‬
‫האָט געזאָגט ד ַײן זון יוֹסף‪ :‬גאָט האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ האַר‬
‫איבער גאַנץ ִמצ ַר ִים; נידער אַראָפּ צו מיר‪ ,‬זאָלסט זיך ניט‬
‫אױפֿהאַלטן‪ 10 .‬און װעסט זיצן אין לאַנד גוֹ ֶשן‪ ,‬און װעסט ז ַײן נאָנט‬
‫צו מיר‪ ,‬דו און ד ַײנע קינדער און ד ַײנע קינדערס קינדער‪ ,‬און ד ַײנע‬
‫שאָף‪ ,‬און ד ַײנע רינדער‪ ,‬און אַלץ װאָס דו האָסט‪ 11 .‬און איך װעל‬
‫דיך דאָרטן אױסהאַלטן; װאָרום נאָך פֿינף יאָר װעט ז ַײן דער הונגער;‬
‫כּדי זאָלסט ניט אומקומען‪ ,‬דו און ד ַײן הױזגעזינט און אַלץ װאָס דו‬
‫האָסט‪ 12 .‬און אָט זעען א ַײערע אױגן‪ ,‬און די אױגן פֿון מ ַײן ברודער‬
‫בנימינען‪ ,‬אַז מ ַײן מױל רעדט דאָס צו א ַײך‪ 13 .‬און איר זאָלט‬
‫דערצײלן מ ַײן פֿאָטער מ ַײן גאַנצן כּבוד אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬און אַלץ װאָס‬
‫איר האָט געזען‪ ,‬און איר זאָלט אײלן און אַראָפּברענגען מ ַײן פֿאָטער‬

                                                                 ‫אַהער‪.‬‬

‫‪ 14‬און ער איז געפֿאַלן אױפֿן האַלדז פֿון ז ַײן ברודער בנימינען‪ ,‬און‬
‫האָט געװײנט‪ ,‬און בנימין האָט געװײנט אױף ז ַײן האַלדז‪ 15 .‬און ער‬
‫האָט געקושט אַלע ז ַײנע ברידער‪ ,‬און האָט געװײנט אױף זײ‪ ,‬און‬

                       ‫דערנאָך האָבן ז ַײנע ברידער גערעדט מיט אים‪.‬‬

‫‪ 16‬און דער קלאַנג איז געהערט געװאָרן אין ַפּרעהס הױז‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬יוֹספֿס ברידער ז ַײנען געקומען; און עס איז װױלגעפֿעלן אין די‬

                   ‫אױגן פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און אין די אױגן פֿון ז ַײנע קנעכט‪.‬‬

‫‪ 17‬און ַפּרעה האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬זאָג צו ד ַײנע ברידער‪ :‬טוט אָט‪-‬‬
‫װאָס‪ :‬לאָדט אָן א ַײערע בהמות‪ ,‬און גײט‪ ,‬קומט קײן לאַנד כַּנ ַען‪18 ,‬‬
‫און נעמט א ַײער פֿאָטער‪ ,‬און א ַײערע הױזגעזינטן‪ ,‬און קומט צו מיר‪,‬‬
‫און איך װעל א ַײך געבן דאָס בעסטע פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און עסט דאָס‬
‫פֿעטס פֿון לאַנד‪ 19 .‬און דו װערסט באַפֿױלן‪ ,‬טוט אָט‪-‬װאָס‪ :‬נעמט‬
‫א ַײך פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים װעגן פֿאַר א ַײערע קלײנע קינדער‪ ,‬און פֿאַר‬
‫א ַײערע װ ַײבער‪ ,‬און איר זאָלט אַרױפֿנעמען א ַײער פֿאָטער און‬
‫קומען‪ 20 .‬און א ַײער אױג זאָל זיך ניט קימערן אום א ַײערע זאַכן‪,‬‬

            ‫װאָרום דאָס בעסטע פֿון גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים איז א ַײערס‪.‬‬

‫‪ 21‬האָבן די זין פֿון ישׂראלן אַזױ געטאָן‪ ,‬און יוֹסף האָט זײ געגעבן‬
‫װעגן‪ ,‬לױט דעם מױל פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און ער האָט זײ געגעבן שפּ ַײז אױפֿן‬
   103   104   105   106   107   108   109   110   111   112   113