Page 113 - Breyshis
P. 113

‫בראשית‬

‫און אַז דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים און פֿון לאַנד‬
‫כַּנ ַען‪ ,‬ז ַײנען אַלע ִמצרים געקומען צו יוֹספֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גיב אונדז‬
‫ברױט; װאָרום נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן פֿאַר דיר? אַז דאָס געלט‬
‫האָט זיך אױסגעלאָזט‪ 16 .‬האָט יוֹסף געזאָגט‪ :‬גיט א ַײערע פֿי‪ ,‬און‬
‫איך װעל א ַײך געבן פֿאַר א ַײערע פֿי‪ ,‬אױב דאָס געלט האָט זיך‬
‫אױסגעלאָזט‪ 17 .‬האָבן זײ געבראַכט זײערע פֿי צו יוֹספֿן‪ ,‬און יוֹסף‬
‫האָט זײ געגעבן ברױט פֿאַר פֿערד‪ ,‬און פֿאַר סטאַדעס שאָף‪ ,‬און פֿאַר‬
‫סטאַדעס רינדער‪ ,‬און פֿאַר אײזלען; און ער האָט זײ פֿאַרזאָרגט מיט‬

                           ‫ברױט אין יענעם יאָר‪ ,‬פֿאַר אַלע זײערע פֿי‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט זיך דאָס יאָר געענדיקט; און אױפֿן צװײטן יאָר ז ַײנען זײ‬
‫געקומען צו אים‪ ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬מיר װעלן ניט פֿאַרהױלן‬
‫פֿון מ ַײן האַר‪ ,‬אַז אַזױ װי דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען‪ ,‬און די‬
‫סטאַדעס פֿי ז ַײנען ב ַײ מ ַײן האַר‪ ,‬איז ניט געבליבן פֿאַר מ ַײן האַר‬
‫אַחוץ נאָר אונדזער ל ַײב און אונדזער ערד‪ 19 .‬נאָך װאָס זאָלן מיר‬
‫אומקומען פֿאַר ד ַײנע אױגן‪ ,‬אי מיר אי אונדזער ערד? קױף אָףּ אונדז‬
‫און אונדזער ערד פֿאַר ברױט‪ ,‬און מיר מיט אונדזער ערד װעלן ז ַײן‬
‫קנעכט צו ַפּרעהן; און גיב אונדז זריעה‪ ,‬כּדי מיר זאָלן לעבן און ניט‬

                       ‫שטאַרבן‪ ,‬און די ערד זאָל ניט פֿאַרװיסט װערן‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט יוֹסף אָפּגעקױפֿט די גאַנצע ערד פֿון ִמצ ַר ִים פֿאַר ַפּרעהן‪,‬‬
‫װאָרום די ִמצרים האָבן פֿאַרקױפֿט איטלעכער ז ַײן פֿעלד‪ ,‬װ ַײל דער‬
‫הונגער האָט זיך געשטאַרקט איבער זײ; און דאָס לאַנד איז געװאָרן‬
‫ַפּרעהס‪ 21 .‬און דאָס פֿאָלק‪ ,‬זײ האָט ער שטעטװ ַײז איבערגעפֿירט‬
‫פֿון אײן עק געמאַרק פֿון ִמצ ַר ִים צום אַנדער עק‪ 22 .‬נאָר די ערד פֿון‬
‫די פּריסטער האָט ער ניט אָפּגעקױפט‪ ,‬װ ַײל די פּריסטער האָבן‬
‫געקריגן אַ ִקצבֿה פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און זײ האָבן געגעסן זײער ִקצבֿה װאָס‬

     ‫ַפּרעה האָט זײ געגעבן; דרום האָבן זײ ניט פֿאַרקױפֿט זײער ערד‪.‬‬

‫‪ 23‬און יוֹסף האָט געזאָגט צום פֿאָלק‪ :‬אָט האָב איך ה ַײנט‬
‫אָפּגעקױפֿט א ַײך און א ַײער לאַנד פֿאַר ַפּרעהן; נאַט א ַײך זריעה‪ ,‬און‬
‫פֿאַרזײט די ערד‪ 24 .‬און עס װעט ז ַײן ב ַײ די תּבואות‪ ,‬װעט איר געבן‬
‫אַ פֿינפֿטל צו ַפּרעהן‪ ,‬און פֿיר חלקים װעלן א ַײך ז ַײן פֿאַר זריעה פֿון‬
‫פֿעלד‪ ,‬און פֿאַר א ַײער עסן‪ ,‬און פֿאַר די װאָס אין א ַײערע ה ַײזער‪ ,‬און‬

                                 ‫צום עסן פֿאַר א ַײערע קלײנע קינדער‪.‬‬
   108   109   110   111   112   113   114   115   116   117   118