Page 115 - Breyshis
P. 115

‫בראשית‬

‫צו מיר געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך װעל דיך פֿרוכפּערן און װעל דיך מערן‪ ,‬און‬
‫איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ געזעמל פֿעלקער; און איך װעל געבן דאָס‬
‫דאָזיקע לאַנד צו ד ַײן זאָמען נאָך דיר פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום‪5 .‬‬
‫און אַצונד‪ ,‬די צװײ זין װאָס ז ַײנען דיר געבאָרן געװאָרן אין לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים פֿאַר מ ַײן קומען צו דיר קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬זײ ז ַײנען מ ַײנע‪ :‬אפֿרים‬
‫און מנשה זאָלן ז ַײן מ ַײנע אַזױ װי ראובן און שמעון‪ 6 .‬אָבער ד ַײנע‬
‫געבאָרענע װאָס דו האָסט געבאָרן נאָך זײ‪ ,‬זאָלן ז ַײן ד ַײנע; אױף דעם‬
‫נאָמען פֿון זײערע ברידער זאָלן זײ גערופֿן װערן אין זײער נחלה‪... 7 .‬‬
‫און איך‪ ,‬אַז איך בין געקומען פֿון ַפּ ַדן‪ ,‬איז מיר געשטאָרבן רחל אין‬
‫לאַנד כַּנ ַען אױפֿן װעג‪ ,‬װען עס איז נאָך געװען אַ שטרעק לאַנד צו‬
‫קומען קײן ֶאפֿ ָרת; און איך האָב זי דאָרטן באַגראָבן אױפֿן װעג קײן‬

                                            ‫ֶאפֿ ָרת‪ ,‬דאָס איז בית‪ֶ -‬ל ֶחם‪.‬‬

‫‪ 8‬און ישׂראל האָט געזען יוֹספֿס זין‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬װער ז ַײנען‬
‫די דאָזיקע? ‪ 9‬האָט יוֹסף געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער‪ :‬דאָס ז ַײנען מ ַײנע‬
‫זין װאָס גאָט האָט מיר געשאָנקען דאָ הי‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬נעם זײ‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬צו מיר‪ ,‬און איך װעל זײ בענטשן‪ 10 .‬און די אױגן פֿון‬
‫ישׂראלן ז ַײנען געװען טונקל פֿון ִזקנה‪ ,‬ער האָט ניט געקענט זען‪.‬‬
‫האָט ער זײ געמאַכט גענענען צו אים‪ ,‬און ער האָט זײ געקושט און‬
‫זײ געהאַלדזט‪ 11 .‬און ישׂראל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬איך האָב ניט‬
‫געדאַכט ד ַײן פּנים צו זען‪ ,‬און אָט האָט מיך גאָט געלאָזט זען אױך‬

                                                          ‫ד ַײנע קינדער‪.‬‬

‫‪ 12‬און יוֹסף האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון צװישן ז ַײנע קני‪ ,‬און האָט זיך‬
‫געבוקט אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד‪ 13 .‬און יוֹסף האָט זײ בײדן‬
‫גענומען‪ ,‬אפֿרימען אין ז ַײן רעכטער האַנט‪ ,‬צו דער לינקער האַנט פֿון‬
‫ישׂראלן‪ ,‬און מנשהן אין ז ַײן לינקער האַנט‪ ,‬צו דער רעכטער האַנט‬
‫פֿון ישׂראלן‪ ,‬און האָט זײ געמאַכט גענענען צו אים‪ 14 .‬האָט ישׂראל‬
‫אױסגעשטרעקט ז ַײן רעכטע האַנט‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון‬
‫אפֿרימען‪ ,‬װאָס איז געװען דער י ִינגערער‪ ,‬און ז ַײן לינקע האַנט אױפֿן‬
‫קאָפּ פֿון מנשהן; ער האָט בכּיװן איבערגעדרײט ז ַײנע הענט‪ ,‬װאָרום‬
‫מנשה איז געװען דער ב ָכור‪ 15 .‬און ער האָט געבענטשט יוֹספֿן‪ ,‬און‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬דער גאָט װאָס מ ַײנע עלטערן אבֿרהם און יצחק ז ַײנען‬
‫געגאַנגען פֿאַר אים‪ ,‬דער גאָט װאָס איז געװען מ ַײן פּאַסטוך פֿון זינט‬
‫איך לעב ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ 16 ,‬דער מלאך װאָס האָט מיך‬
‫אױסגעלײזט פֿון אַלעם בײזן‪ ,‬ער זאָל בענטשן די י ִינגלעך; און עס‬
   110   111   112   113   114   115   116   117   118   119   120