Page 118 - Breyshis
P. 118

‫בראשית‬

                     ‫‪ִ 14‬ישׂ ָשׂ ָכר איז אַ בײניקער אײזל‪,‬‬
                  ‫ער הױערט צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן‪.‬‬
           ‫‪ 15‬און ער האָט געזען די רו‪ ,‬אַז זי איז גוט‪,‬‬

                       ‫און דאָס לאַנד‪ ,‬אַז עס איז ליב‪,‬‬
                  ‫האָט ער געבױגן ז ַײן רוקן צו טראָגן‪,‬‬

                        ‫און איז אַ צינזקנעכט געװאָרן‪.‬‬

              ‫‪ָ 16‬דן װעט זיך אָננעמען פֿאַר ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                 ‫װי אײנער פֿון די שבטים פֿון ישׂראל‪.‬‬
                  ‫‪ָ 17‬דן װעט ז ַײן אַ שלאַנג אױפֿן װעג‪,‬‬
                           ‫אַ האָרנשלאַנג אױפֿן שטעג‪,‬‬
                  ‫װאָס ב ַײסט די טריט פֿון דעם פֿערד‪,‬‬
                      ‫און ז ַײן ר ַײטער פֿאַלט אַהינטער‪.‬‬

                ‫‪ 18‬אױף ז ַײן הילף‪ ,‬גאָט‪ ,‬טו איך האָפֿן‪.‬‬
                     ‫ָגד – אים װעט אַ מחנה באַפֿאַלן‪,‬‬

             ‫אָבער ער װעט אָנפֿאַלן אױף זײער טריט‪.‬‬

                ‫‪ 20‬ב ַײ אָשרן װעט פֿעט ז ַײן ז ַײן ברױט‪,‬‬
             ‫און ער װעט אַרױסגעבן ַמלכות‪-‬געריכטן‪.‬‬

                    ‫‪ 21‬נפֿתּלי איז אַ הינדין אַ פֿלינקע;‬
                             ‫ער גיט אַרױס שײנע רײד‪.‬‬

                        ‫‪ 22‬אַ פֿרוכטיק בײמל איז יוֹסף‪,‬‬
                       ‫אַ פֿרוכטיק בײמל ב ַײ אַ קװאַל;‬
                 ‫די צװ ַײגן שפּר ַײזן איבער דער מױער‪.‬‬

                 ‫‪ 23‬און אים געביטערט‪ ,‬און געשאָסן‪,‬‬
                ‫און אים געפֿ ַײנט האָבן די פֿ ַײלמענער;‬
               ‫‪ 24‬אָבער פֿעסט איז ז ַײן בױגן געבליבן‪,‬‬
   ‫און פֿלינק געװען ז ַײנען די אָרעמס פֿון ז ַײנע הענט‪,‬‬
           ‫דורך די הענט פֿון דעם מאַכטיקן פֿון יעקב‪,‬‬
‫פֿון דאָרט – פֿון דעם פּאַסטוך‪ ,‬דעם פֿעלז פֿון ישׂראל;‬
  ‫‪ 25‬פֿון דעם גאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער װאָס העלפֿט דיר‪,‬‬

                       ‫און פֿון ַש ַדי װאָס בענטשט דיך‪,‬‬
                       ‫מיט ברכות פֿון הימל פֿון אױבן‪,‬‬
                ‫ברכות פֿון תּ ָהום װאָס הױערט אונטן‪,‬‬
   113   114   115   116   117   118   119   120   121   122   123