Page 116 - Breyshis
P. 116

‫בראשית‬

‫זאָל גערופֿן װערן אױף זײ מ ַײן נאָמען‪ ,‬און דער נאָמען פֿון מ ַײנע‬
‫עלטערן אבֿרהם און יצחק; און זײ זאָלן זיך מערן ל ָרוב אױף דער‬

                                                                   ‫ערד‪.‬‬

‫‪ 17‬און יוֹסף האָט געזען‪ ,‬אַז ז ַײן פֿאָטער טוט אַרױף ז ַײן רעכטע האַנט‬
‫אױפֿן קאָפּ פֿון אפֿרימען‪ ,‬און עס איז אױסגעקומען שלעכט אין ז ַײנע‬
‫אױגן; האָט ער אונטערגעלענט ז ַײן פֿאָטערס האַנט‪ ,‬כּדי זי‬
‫אַװעקצונעמען פֿון אפֿרימס קאָפּ אױף מנשהס קאָפּ‪ 18 .‬און יוֹסף‬
‫האָט געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער‪ :‬ניט אַזױ‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬װאָרום דער איז‬
‫דער ב ָכור; טו אַרױף ד ַײן רעכטע האַנט אױף ז ַײן קאָפּ‪ 19 .‬אָבער ז ַײן‬
‫פֿאָטער האָט ניט געװאָלט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איך װײס‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬איך‬
‫װײס; ער אױך װעט װערן אַ פֿאָלק‪ ,‬און ער אױך װעט ז ַײן גרױס‪,‬‬
‫אָבער ז ַײן יִינגערער ברודער װעט ז ַײן גרעסער פֿון אים‪ ,‬און ז ַײן‬
‫זאָמען װעט װערן אַ פולע פעלקער‪ 20 .‬און ער האָט זײ געבענטשט‬
‫אין יענעם טאָג‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מיט דיר זאָל זיך בענטשן ישׂראל‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬גאָט זאָל דיך מאַכן אַזױ װי אפֿרים און אַזױ װי מנשה‪ .‬און‬

                            ‫ער האָט געשטעלט אפֿרימען פֿאַר מנשהן‪.‬‬

‫‪ 21‬און ישׂראל האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬זע‪ ,‬איך שטאַרב; אָבער גאָט‬
‫װעט ז ַײן מיט א ַײך‪ ,‬און ער װעט א ַײך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון‬
‫א ַײערע עלטערן‪ 22 .‬און איך האָב דיר געגעבן אײן חלק איבער ד ַײנע‬
‫ברידער‪ ,‬װאָס איך האָב אַװעקגענומען פֿון דער האַנט פֿון דעם‬

                           ‫ֶאמוֹרי מיט מ ַײן שװערד און מיט מ ַײן בױגן‪.‬‬

‫‪ 1‬און יעקב האָט גערופֿן ז ַײנע זין‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬

‫זאַמלט א ַײך א ַײן‪ ,‬און איך װעל א ַײך זאָגן װאָס א ַײך װעטמט‬
                                            ‫געשען אין ָסוף פֿון די טעג‪.‬‬

                     ‫‪ 2‬קל ַײבט א ַײך אױף און הערט‪ ,‬קינדער פֿון יעקב‪,‬‬
                                 ‫און האָרכט צו א ַײער פֿאָטער ישׂראל‪:‬‬

                                            ‫‪ 3‬ראובן‪ ,‬מ ַײן ב ָכור ביסטו‪,‬‬
                                    ‫מ ַײן כּוח און מ ַײן ערשטע קראַפֿט‪,‬‬
                         ‫די פּער פֿון גרױסקײט‪ ,‬און די פּער פֿון מאַכט‪.‬‬
                ‫‪ 4‬ביסט א ַײליק װי װאַסער – זאָלסטו די פּער ניט ז ַײן;‬
   111   112   113   114   115   116   117   118   119   120   121