Page 120 - Breyshis
P. 120

‫בראשית‬

‫פֿיל טעג מוזן דערפֿילט װערן ב ַײם א ַײנבאַלזאַמירן‪ .‬און די ִמצרים‬
                                     ‫האָבן אים באַװײנט זיבעציק טעג‪.‬‬

‫‪ 4‬און אַז די טעג פֿון ז ַײן באַװײנונג ז ַײנען אַריבער‪ ,‬האָט יוֹסף‬
‫גערעדט צו ַפּרעהס הױז‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך האָב‬
‫געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין א ַײערע אױגן‪ ,‬רעדט‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬אין‬
‫די אױערן פֿון ַפּרעהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 5 :‬מ ַײן פֿאָטער האָט מיך‬
‫באַשװאָרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬איך שטאַרב; אין מ ַײן קבֿר װאָס איך‬
‫האָב מיר געגראָבן אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬דאָרטן זאָלסטו מיך באַגראָבן‪ .‬און‬
‫אַצונד‪ ,‬לאָמיך אַרױפֿגײן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬און באַגראָבן מ ַײן פֿאָטער‪,‬‬

                                                      ‫און זיך אומקערן‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט ַפּרעה געזאָגט‪ :‬גײ אַרױף‪ ,‬און באַגראָב ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬אַזױ װי‬
‫ער האָט דיך באַשװאָרן‪ 7 .‬איז יוֹסף אַרױפֿגעגאַנגען צו באַגראָבן ז ַײן‬
‫פֿאָטער‪ ,‬און מיט אים ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אַלע קנעכט פֿון ַפּרעהן‪,‬‬
‫די עלטסטע פֿון ז ַײן הױז‪ ,‬און אַלע עלטסטע פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 8 ,‬און‬
‫דאָס גאַנצע הױזגעזינט פֿון יוֹספֿן‪ ,‬און ז ַײנע ברידער‪ ,‬און ז ַײן‬
‫פֿאָטערס הױזגעזינט; בלױז זײערע קלײנע קינדער‪ ,‬און זײערע שאָף‬
‫און זײערע רינדער‪ ,‬האָבן זײ איבערגעלאָזן אין לאַנד גוֹ ֶשן‪ 9 .‬אױך‬
‫ר ַײטער און ר ַײטװעגן ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים‪ ,‬און די מחנה‬

                                                ‫איז געװען זײער גרױס‪.‬‬

‫‪ 10‬און זײ ז ַײנען געקומען ביז דעם ש ַײער פֿון אָ ָטד װאָס אױף יענער‬
‫ז ַײט ַירדן‪ ,‬און האָבן דאָרטן געקלאָגט זײער אַ גרױסע און שװערע‬
‫קלאָג; און ער האָט געמאַכט אַ טרױער אױף ז ַײן פֿאָטער זיבן טעג‪.‬‬
‫‪ 11‬און דער באַװױנער פֿון לאַנד‪ ,‬דער כַּנ ַעני‪ ,‬האָט געזען דעם טרױער‬
‫ב ַײ דעם ש ַײער פֿון אָ ָטד‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אַ שװערער טרױער‬
‫איז דאָס ב ַײ ִמצ ַר ִים‪ .‬דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון‬

                              ‫אָ ֵבל‪ִ -‬מצ ַר ִים‪ ,‬װאָס אױף יענער ז ַײט ַירדן‪.‬‬

‫‪ 12‬און ז ַײנע זין האָבן געטאָן צו אים אַזױ װי ער האָט זײ באַפֿױלן‪.‬‬
‫‪ 13‬און ז ַײנע זין האָבן אים אַװעקגעטראָגן קײן לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬און האָבן‬
‫אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון ַמכ ֵפּ ָלה‪ ,‬װאָס אבֿרהם‬
‫האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד‪ ,‬פֿאַר אַ קבֿר‪-‬אײגנטום‪ ,‬פֿון ֶעפֿרוֹן דעם‬

                                                      ‫ִחתּי‪ ,‬פֿאַר ַממ ֵרא‪.‬‬
   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124   125