Page 121 - Breyshis
P. 121

‫בראשית‬

‫‪ 14‬און יוֹסף האָט זיך אומגעקערט קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬נאָכדעם װי ער האָט‬
‫באַגראָבן ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬ער און ז ַײנע ברידער‪ ,‬און אַלע װאָס ז ַײנען‬

                    ‫אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים צו באַגראָבן ז ַײן פֿאָטער‪.‬‬

‫‪ 15‬און װי יוֹספֿס ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער איז טױט‪,‬‬
‫אַזױ האָבן זײ געזאָגט‪ :‬אפֿשר װעט אונדז יוֹסף טראָגן אַ שׂנאה‪ ,‬און‬
‫אומקערן װעט ער אונדז אומקערן אַלדאָס שלעכטס װאָס מיר האָבן‬
‫אים געטאָן‪ 16 .‬און זײ האָבן געהײסן זאָגן יוֹספֿן‪ :‬ד ַײן פֿאָטער האָט‬
‫באַפֿױלן פֿאַר ז ַײן טױט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪» 17 :‬אַזױ זאָלט איר זאָגן צו‬
‫יוֹספֿן‪ :‬פֿאַרגיב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דעם פֿאַרברעך פֿון ד ַײנע ברידער און‬
‫זײער חטא‪ ,‬װאָס זײ האָבן דיר שלעכטס געטאָן«‪ .‬און אַצונד‪,‬‬
‫פֿאַרגיב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דעם פֿאַרברעך פֿון די קנעכט פֿון ד ַײן‬
 ‫פֿאָטערס גאָט‪ .‬און יוֹסף האָט געװײנט אַז מע האָט צו אים גערעדט‪.‬‬

‫‪ 18‬און ז ַײנע ברידער ז ַײנען אױך געגאַנגען און ז ַײנען אַנידערגעפֿאַלן‬
‫פֿאַר אים‪ ,‬און האָבן געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬מיר ז ַײנען ד ַײנע קנעכט‪ 19 .‬האָט‬
‫יוֹסף צו זײ געזאָגט‪ :‬איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן; בין איך דען אױף‬
‫דעם אָרט פֿון גאָט? ‪ 20‬װאָרום איר האָט געמײנט אַ רעה פֿאַר מיר‪,‬‬
‫אָבער גאָט האָט עס געמײנט פֿאַר אַ טוֹבֿה‪ ,‬כּדי צו מאַכן אַזױ װי‬
‫ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬צו דערהאַלטן ב ַײם לעבן אַ סך פֿאָלק‪ 21 .‬און אַצונד‪,‬‬
‫זאָלט איר ניט מוֹרא האָבן; איך װעל אױסהאַלטן א ַײך און א ַײערע‬

     ‫געזינטן‪ .‬און ער האָט זײ געטרײסט‪ ,‬און זײ גערעדט צום האַרצן‪.‬‬

‫‪ 22‬און יוֹסף איז געבליבן אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬ער און ז ַײן פֿאָטערס‬
‫הױזגעזינט; און יוֹסף האָט געלעבט הונדערט און צען יאָר‪ 23 .‬און‬
‫יוֹסף האָט געזען פֿון אפֿרימען אוראײניקלעך; אױך די קינדער פֿון‬

           ‫ָמכיר‪ ,‬מנשהס זון‪ ,‬ז ַײנען געבאָרן געװאָרן אױף יוֹספֿס קני‪.‬‬

‫‪ 24‬און יוֹסף האָט געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬איך שטאַרב; אָבער‬
‫דערמאָנען װעט זיך גאָט דערמאָנען אָן א ַײך‪ ,‬און ער װעט א ַײך‬
‫אױפֿברענגען פֿון דעם היגן לאַנד צו דעם לאַנד װאָס ער האָט‬
‫צוגעשװאָרן אבֿרהמען‪ ,‬יצחקן‪ ,‬און יעקבן‪ 25 .‬און יוֹסף האָט‬
‫באַשװאָרן די זין פֿון ישׂראלן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬דערמאָנען װעט זיך גאָט‬
‫דערמאָנען אָן א ַײך; זאָלט איר אױפֿברענגען מ ַײנע בײנער פֿון דאַנען‪.‬‬
   116   117   118   119   120   121   122   123   124   125