Page 117 - Breyshis
P. 117

‫בראשית‬

 ‫װ ַײל דו ביסט אױף ד ַײן פֿאָטערס געלעגער אַרױף;‬
               ‫דענצמאָל האָסטו עס פֿאַרשװעכט –‬
                       ‫מ ַײן בעט אַװוּ ער איז אַרױף‪.‬‬

                    ‫‪ 5‬שמעון און ֵל ִוי ז ַײנען ברידער‪,‬‬
         ‫װאַפֿן פֿון רױב ז ַײנען זײערע ל ַײב‪-‬קרוֹבים‪.‬‬
      ‫‪ 6‬אין זײער באַראָט זאָל ניט קומען מ ַײן זעל‪,‬‬
      ‫צו זײער געזעמל זאָל מ ַײן כּבוד ניט צושטײן;‬
       ‫װאָרום אין זײער כּעס הרגען זײ אַ מענטשן‪,‬‬
   ‫און אין זײער גוטמוט פֿאַרקריפּלען זײ אַן אָקס‪.‬‬
    ‫‪ 7‬פֿאַרשאָלטן זײער כּעס‪ ,‬װ ַײל ער איז שטאַרק‪,‬‬

               ‫און זײער צאָרן‪ ,‬װ ַײל ער איז האַרט!‬
                    ‫איך װעל זײ צעטײלן אין יעקב‪,‬‬
                     ‫און זײ צעשפּרײטן אין ישׂראל‪.‬‬

            ‫‪ 8‬יהודה‪ ,‬דיך װעלן לױבן ד ַײנע ברידער‪,‬‬
   ‫ד ַײן האַנט װעט ז ַײן אױפֿן נאַקן פֿון ד ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬

      ‫די זין פֿון ד ַײן פֿאָטער װעלן זיך בוקן צו דיר‪.‬‬
                        ‫‪ 9‬אַ יונגער לײב איז יהודה;‬

    ‫פֿון פֿאַרצוקונג‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬ביסטו אױפֿגעװאַקסן;‬
                    ‫ער קניט‪ ,‬ער הױערט װי אַ לײב‪,‬‬

    ‫און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿר ַײצן?‬
‫‪ 10‬ניט אָפּגעטאָן װעט װערן אַ צעפּטער פֿון יהודה‪,‬‬

       ‫און אַ הערשערשטאָק פֿון צװישן ז ַײנע פֿיס‪,‬‬
                ‫װי לאַנג מע װעט קומען קײן שילוֹ;‬
               ‫און צו אים װעלן פֿעלקער געהאָרכן‪.‬‬

        ‫‪ 11‬ער בינדט צום װ ַײנשטאָק ז ַײן יונגאײזל‪,‬‬
      ‫אום צום װ ַײנצװ ַײג דעם זון פֿון ז ַײן אײזעלין‪.‬‬

                      ‫ער װאַשט אין װ ַײן ז ַײן קלײד‪,‬‬
                  ‫און אין בלוט פֿון טרױבן ז ַײן בגד;‬

                    ‫‪ 12‬גערױטיקט די אױגן פֿון װ ַײן‪,‬‬
                       ‫און װ ַײס די צײנער פֿון מילך‪.‬‬

      ‫‪ 13‬זבולון װעט װױנען ב ַײם באָרטן פֿון ימען‪,‬‬
              ‫און ער װעט ז ַײן אַ באָרטן פֿאַר שיפֿן‪,‬‬
                         ‫און ז ַײן לענד איבער צידוֹן‪.‬‬
   112   113   114   115   116   117   118   119   120   121   122