Page 112 - Breyshis
P. 112

‫בראשית‬

‫האָבן זײ געזאָגט צו ַפּרעהן‪ :‬פּאַסטוכער פֿון שאָף ז ַײנען ד ַײנע‬
‫קנעכט‪ ,‬אַזױ מיר‪ ,‬אַזױ אונדזערע עלטערן‪ 4 .‬און זײ האָבן געזאָגט צו‬
‫ַפּרעהן‪ :‬צו װױנען אין לאַנד ז ַײנען מיר געקומען‪ ,‬װאָרום עס איז‬
‫ניטאָ קײן פֿיטערונג פֿאַר די שאָף פֿון ד ַײנע קנעכט‪ ,‬װ ַײל דער הונגער‬
‫איז שװער אין לאַנד כַּנ ַען‪ .‬און אַצונד‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬זאָלן ד ַײנע‬

                                            ‫קנעכט זיצן אין לאַנד גוֹ ֶשן‪.‬‬

‫‪ 5‬האָט ַפּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ד ַײן פֿאָטער און ד ַײנע‬
‫ברידער ז ַײנען געקומען צו דיר; ‪ 6‬דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים ליגט פֿאַר דיר‪,‬‬
‫אין בעסטן טײל פֿון לאַנד באַזעץ ד ַײן פֿאָטער און ד ַײנע ברידער‪.‬‬
‫זאָלן זײ זיצן אין לאַנד גוֹ ֶשן‪ .‬און אױב דו װײסט אַז צװישן זײ ז ַײנען‬
‫דאָ טױגלעכע מענטשן‪ ,‬זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אױבערל ַײט איבער‬

                                                ‫דעם פֿי װאָס איך האָב‪.‬‬

‫‪ 7‬און יוֹסף האָט געבראַכט ז ַײן פֿאָטער יעקבן‪ ,‬און ער האָט אים‬
‫געשטעלט פֿאַר ַפּרעהן; און יעקב האָט געבענטשט ַפּרעהן‪ 8 .‬און‬
‫ַפּרעה האָט געזאָגט צו יעקבן‪ :‬װיפֿיל ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון‬
‫ד ַײן לעבן? ‪ 9‬האָט יעקב געזאָגט צו ַפּרעהן‪ :‬די טעג פֿון די יאָרן פֿון‬
‫מ ַײן װאַנדערשאַפט ז ַײנען הונדערט און דר ַײסיק יאָר‪ .‬װינציק און‬
‫שלעכט ז ַײנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מ ַײן לעבן‪ ,‬און זײ קומען ניט‬
‫צו די טעג פֿון די יאָרן פֿון מ ַײנע עלטערנס לעבן אין די טעג פֿון‬
‫זײער װאַנדערשאַפט‪ 10 .‬און יעקב האָט געבענטשט ַפּרעהן‪ ,‬און איז‬

                                       ‫אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ַפּרעהן‪.‬‬

‫‪ 11‬און יוֹסף האָט באַזעצט ז ַײן פֿאָטער און ז ַײנע ברידער‪ ,‬און ער‬
‫האָט זײ געגעבן אײגנטום אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אין בעסטן טײל פֿון‬
‫לאַנד‪ ,‬אין לאַנד ַר ְעמ ֵסס‪ ,‬אַזױ װי ַפּרעה האָט באַפֿױלן‪ 12 .‬און יוֹסף‬
‫האָט אױסגעהאַלטן ז ַײן פֿאָטער און ז ַײנע ברידער‪ ,‬און דאָס גאַנצע‬

                     ‫הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬מיט ברױט‪ ,‬װי נאָכן געזינט‪.‬‬

‫‪ 13‬און קײן ברױט איז ניט געװען אין גאַנצן לאַנד‪ ,‬װאָרום דער‬
‫הונגער איז געװען זײער שװער‪ ,‬און דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים און דאָס‬
‫לאַנד כַּנ ַען ז ַײנען אױסגעמאַטערט געװאָרן פֿון דעם הונגער‪ 14 .‬און‬
‫יוֹסף האָט אױפֿגעקליבן דאָס גאַנצע געלט װאָס האָט זיך געפֿונען‬
‫אין לאַנד ִמצ ַר ִים און אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬פֿאַר דער תּבואה װאָס זײ האָבן‬
‫געקױפֿט‪ .‬און יוֹסף האָט געבראַכט דאָס געלט אין ַפּרעהס הױז‪15 .‬‬
   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116   117