Page 107 - Breyshis
P. 107

‫בראשית‬

‫ער װעט זען אַז דער יִינגל איז ניטאָ‪ ,‬אַזױ װעט ער שטאַרבן‪ ,‬און‬
‫ד ַײנע קנעכט װעלן מאַכן נידערן די גראָע האָר פֿון ד ַײן קנעכט‪,‬‬
‫אונדזער פאָטער‪ ,‬מיט טרױער אין קבֿר‪ 32 .‬װאָרום ד ַײן קנעכט איז‬
‫ָע ֵרב געװען פֿאַר דעם יִינגל צו ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב איך‬
‫װעל דיר אים ניט ברענגען‪ ,‬זאָל איך ז ַײן אַ פֿאַרזינדיקטער צו מ ַײן‬
‫פֿאָטער אַלע טעג‪ 33 .‬און אַצונד‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬זאָל ד ַײן קנעכט‬
‫בל ַײבן אָנשטאָט דעם י ִינגל‪ ,‬אַ קנעכט צו מ ַײן האַר‪ ,‬און דער י ִינגל‬
‫זאָל אַרױפֿגײן מיט ז ַײנע ברידער‪ 34 .‬װאָרום װי קען איך אַרױפֿגײן צו‬
‫מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬אַז דער י ִינגל איז ניט מיט מיר? איך װעל חלילה צוזען‬

                              ‫דאָס בײז װאָס װעט טרעפֿן מ ַײן פֿאָטער‪.‬‬

‫‪ 1‬און יוֹסף האָט זיך ניט געקענט א ַײנהאַלטן פֿאַר אַלע װאָס‬

‫ז ַײנען געשטאַנען לעבן אים‪ ,‬און ער האָט אױסגערופֿן‪ :‬פֿירטמה‬

‫אַרױס אַלע מענטשן פֿון מיר‪ .‬און קײן מענטש איז ניט געשטאַנען‬
‫לעבן אים‪ ,‬װען יוֹסף האָט זיך דערקענט צו ז ַײנע ברידער‪ 2 .‬און ער‬
‫האָט אַרױסגעלאָזט ז ַײן ָקול אין געװײן‪ ,‬און די ִמצרים האָבן‬

            ‫געהערט; און דאָס הױז פֿון ַפּרעהן האָט געהערט דערפֿון‪.‬‬

‫‪ 3‬און יוֹסף האָט געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬איך בין יוֹסף; לעבט נאָך‬
‫מ ַײן פֿאָטער? און ז ַײנע ברידער האָבן אים ניט געקענט ענטפֿערן‪,‬‬

                            ‫װאָרום זײ האָבן זיך דערשראָקן פֿאַר אים‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט יוֹסף געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬גענענט צו מיר‪ ,‬איך בעט‬
‫א ַײך‪ .‬האָבן זײ גענענט‪ .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך בין א ַײער ברודער‬
‫יוֹסף‪ ,‬װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט קײן ִמצ ַר ִים‪ 5 .‬און אַצונד זאָלט‬
‫איר א ַײך ניט קלעמען‪ ,‬און זאָל ניט פֿאַרדריסן אין א ַײערע אױגן‪,‬‬
‫װאָס איר האָט מיך פֿאַרקױפֿט אַהער‪ ,‬װאָרום צו דערהאַלטן לעבנס‬
‫האָט מיך גאָט געשיקט א ַײך פֿאַרױס‪ 6 .‬װאָרום שױן צװײ יאָר אַז‬
‫דער הונגער איז אין לאַנד‪ ,‬און נאָך פֿינף יאָר װעלן ז ַײן‪ ,‬װאָס עס‬
‫װעט ניט ז ַײן קײן אַקער און קײן שניט‪ 7 .‬און גאָט האָט מיך געשיקט‬
‫א ַײך פֿאַרױס‪ ,‬כּדי א ַײך צו לאָזן אַן איבערבל ַײב אױף דער ערד‪ ,‬און‬
‫א ַײך צו דערהאַלטן ב ַײם לעבן דורך אַ גרױסער ישועה‪ 8 .‬און אַצונד‪,‬‬
‫ניט איר האָט מיך אַהער געשיקט‪ ,‬נ ַײערט גאָט; און ער האָט מיך‬
‫געמאַכט פֿאַר אַ פֿאָטער צו ַפּרעהן‪ ,‬און פֿאַר אַ האַר אױף ז ַײן גאַנצן‬
   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111   112