Page 109 - Breyshis
P. 109

‫בראשית‬

‫װעג‪ 22 .‬זײ אַלעמען האָט ער געגעבן גאַנגען קלײדער פֿאַר איטלעכן‪,‬‬
‫און בנימינען האָט ער געגעבן דר ַײ הונדערט זילבערשטיק‪ ,‬און פֿינף‬
‫גאַנג קלײדער‪ 23 .‬און צו ז ַײן פֿאָטער האָט ער דעסגל ַײכן געשיקט‬
‫צען אײזלען באַלאָדן מיטן בעסטן פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און צען אײזעלינס‬
‫באַלאָדן מיט תּבואה און ברױט‪ ,‬און שפּ ַײז פֿאַר ז ַײן פֿאָטער אױפֿן‬
‫װעג‪ 24 .‬און ער האָט אַװעקגעשיקט ז ַײנע ברידער‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַװעקגעגאַנגען; און ער האָט זײ אָנגעזאָגט‪ :‬איר זאָלט א ַײך ניט‬

                                                       ‫קריגן אױפֿן װעג‪.‬‬

‫‪ 25‬און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און ז ַײנען געקומען קײן‬
‫לאַנד כַּנ ַען צו זײער פֿאָטער יעקבן‪ 26 .‬און זײ האָבן אים דערצײלט‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬יוֹסף לעבט נאָך; און אַז ער געװעלטיקט איבערן גאַנצן‬
‫לאַנד ִמצ ַר ִים‪ .‬איז ז ַײן האַרץ פֿאַרקילט געװאָרן‪ ,‬װאָרום ער האָט זײ‬
‫ניט געגלױבט‪ 27 .‬האָבן זײ אים דערצײלט אַלע װערטער פֿון יוֹספֿן‪,‬‬
‫װאָס ער האָט צו זײ גערעדט‪ ,‬און ער האָט געזען די װעגן װאָס יוֹסף‬
‫האָט געשיקט אים צו פֿירן‪ ,‬און דער ג ַײסט פֿון זײער פֿאָטער יעקבן‬
‫האָט אָפּגעלעבט‪ 28 .‬און ישׂראל האָט געזאָגט‪ :‬גענוג! מ ַײן זון יוֹסף‬

      ‫לעבט נאָך; איך װעל גײן און װעל אים זען אײדער איך שטאַרב‪.‬‬

‫‪ 1‬און ישׂראל האָט אַװעקגעצױגן מיט אַלץ װאָס ער האָט‬

‫געהאַט‪ ,‬און איז געקומען קײן ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪ ,‬און ער האָטמו‬

‫געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער צו דעם גאָט פֿון ז ַײן פֿאָטער יצחקן‪ 2 .‬און‬
‫גאָט האָט גערעדט צו ישׂראלן אין זעונגען פֿון דער נאַכט‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬יעקב‪ ,‬יעקב! האָט ער געזאָגט‪ :‬דאָ בין איך‪ 3 .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬איך בין גאָט‪ ,‬דער גאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬זאָלסט ניט מוֹרא‬
‫האָבן אַראָפּצונידערן קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬װאָרום פֿאַר אַ גרױס פאָלק װעל‬
‫איך דיך דאָרטן מאַכן‪ 4 .‬איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר קײן ִמצ ַר ִים‪,‬‬
‫און אױך אַרױפֿברענגען װעל איך דיך אַרױפֿברענגען‪ .‬און יוֹסף װעט‬

                                 ‫אַרױפֿטאָן ז ַײן האַנט אױף ד ַײנע אױגן‪.‬‬

‫‪ 5‬און יעקב איז אױפֿגעשטאַנען פֿון ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪ ,‬און די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל האָבן געפֿירט זײער פֿאָטער יעקבן‪ ,‬און זײערע קלײנע‬
‫קינדער‪ ,‬און זײערע װ ַײבער‪ ,‬אױף די װעגן װאָס ַפּרעה האָט געשיקט‬
‫אים צו פֿירן‪ 6 .‬און זײ האָבן גענומען זײערע פֿי‪ ,‬און זײער פֿאַרמעג‬
   104   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114