Page 114 - Breyshis
P. 114

‫בראשית‬

‫‪ 25‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬האָסט אונדז דאָס לעבן דערהאַלטן; לאָמיר‬
‫געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין די אױגן פֿון מ ַײן האַר‪ ,‬און מיר װעלן ז ַײן‬
‫קנעכט צו ַפּרעהן‪ 26 .‬און יוֹסף האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ געזעץ ביז‬
‫אױף ה ַײנטיקן טאָג אױף דער ערד פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬אַז צו ַפּרעהן זאָל‬
‫געהערן אַ פֿינפֿטל‪ .‬נאָר די ערד פֿון די פּריסטער אַלײן איז ניט‬

                                                       ‫געװאָרן פּרעהס‪.‬‬

‫‪ 27‬און ישׂראל איז געזעסן אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אין לאַנד גוֹ ֶשן; און זײ‬
‫האָבן זיך דאָרטן א ַײנגעפֿעסטיקט‪ ,‬און האָבן זיך געפֿרוכפּערט און‬

                                                         ‫געמערט זײער‪.‬‬

                  ‫ַו ְי ִחי‬

‫‪ 28‬און יעקב האָט געלעבט אין לאַנד ִמצ ַר ִים זיבעצן יאָר; און די טעג‬
‫פֿון יעקבן‪ ,‬די יאָרן פֿון ז ַײן לעבן‪ ,‬ז ַײנען געװען הונדערט יאָר און זיבן‬
‫און פֿערציק יאָר‪ 29 .‬און די טעג פֿון ישׂראלן האָבן גענענט צום‬
‫שטאַרבן‪ ,‬און ער האָט גערופֿן ז ַײן זון יוֹספֿן‪ ,‬און האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬אױב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין‬
‫ד ַײנע אױגן‪ ,‬טו‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ד ַײן האַנט אונטער מ ַײן דיך‪ ,‬און‬
‫זאָלסט טאָן מיט מיר אַ חסד און אַ טר ַײשאַפֿט‪ :‬זאָלסט מיך ניט‬
‫באַגראָבן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אין ִמצ ַר ִים‪ 30 .‬און אַז איך װעל זיך לײגן צו‬
‫מ ַײנע עלטערן‪ ,‬זאָלסטו מיך אַװעקטראָגן פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און מיך‬
‫באַגראָבן אין זײער קבֿר‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איך װעל טאָן אַזױ װי ד ַײן‬
‫װאָרט‪ 31 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬שװער מיר‪ .‬און ער האָט אים געשװאָרן;‬

                      ‫און ישׂראל האָט זיך געבוקט צוקאָפּנס פֿון בעט‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן‪ ,‬האָט מען‬

‫אָנגעזאָגט יוֹספֿן‪ :‬זע‪ ,‬ד ַײן פֿאָטער איז קראַנק‪ .‬האָט ערמח‬

‫גענומען מיט זיך ז ַײנע צװײ זין‪ ,‬מנשהן און אפֿרימען‪ 2 .‬און מע האָט‬
‫געלאָזט װיסן יעקבן און געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬ד ַײן זון יוֹסף קומט צו דיר; און‬

      ‫ישׂראל האָט זיך געשטאַרקט‪ ,‬און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט‪.‬‬

‫‪ 3‬און יעקב האָט געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬גאָט ַש ַדי האָט זיך באַװיזן צו מיר‬
‫אין לוז‪ ,‬אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬און ער האָט מיך געבענטשט‪ 4 .‬און ער האָט‬
   109   110   111   112   113   114   115   116   117   118   119