Page 119 - Breyshis
P. 119

‫בראשית‬

                                       ‫ברכות פֿון ברוסטן און טראַכט‪.‬‬
                         ‫‪ 26‬די ברכות פֿון ד ַײן פֿאָטער שט ַײגן אַריבער‬

                                        ‫די ברכות פֿון מ ַײנע עלטערן –‬
                                  ‫ביז דעם שפּיץ פֿון די אײביקע בערג‪.‬‬
                                ‫זײ זאָלן ז ַײן אױף דעם קאָפּ פֿון יוֹספֿן‪,‬‬
                       ‫און אױפֿן שײדל דעם פֿירשט פֿון ז ַײנע ברידער‪.‬‬

                               ‫‪ 27‬בנימין איז אַ װאָלף װאָס פֿאַרצוקט;‬
                                           ‫אין דער פֿרי עסט ער פֿאַנג‪,‬‬

                                         ‫און אין אָװנט טײלט ער רױב‪.‬‬

‫‪ 28‬די אַלע ז ַײנען די צװעלף שבטים פֿון ישׂראל‪ ,‬און דאָס איז װאָס‬
‫זײער פֿאָטער האָט צו זײ גערעדט און זײ געבענטשט; איטלעכן װי‬
‫לױט ז ַײן ברכה האָט ער זײ געבענטשט‪ 29 .‬און ער האָט זײ באַפֿױלן‪,‬‬
‫און זײ אָנגזאָגט‪ :‬איך װער א ַײנגעזאַמלט צו מ ַײן פֿאָלק; באַגראָבט‬
‫מיך לעבן מ ַײנע עלטערן‪ ,‬אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון‬
‫ֶעפֿרוֹן דעם ִחתּי‪ 30 .‬אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון ַמכ ֵפּ ָלה‪,‬‬
‫װאָס פֿאַר ַממ ֵרא אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט‬
‫מיטן פֿעלד פֿון ֶעפֿרוֹן דעם ִחתּי פֿאַר אַ קבֿר‪-‬אײגנטום – ‪ 31‬דאָרטן‬
‫האָט מען באַגראָבן אבֿרהמען און ז ַײן װ ַײב שׂרהן‪ ,‬דאָרטן האָט מען‬
‫באַגראָבן יצחקן און ז ַײן װ ַײב רבקהן‪ ,‬און דאָרטן האָב איך באַגראָבן‬
‫לאהן – ‪ 32‬דער א ַײנקױף פֿון דעם פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען‪,‬‬

                                                 ‫פֿון די קינדער פֿון ֵחת‪.‬‬

‫‪ 33‬און װי יעקב האָט געענדיקט ז ַײן ַצ ָװ ֶאה צו ז ַײנע זין‪ ,‬אַזױ האָט ער‬
‫אַר ַײנגענומען ז ַײנע פֿיס אין בעט‪ ,‬און איז פֿאַרגאַנגען‪ ,‬און איז‬

                                  ‫א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 1‬און יוֹסף איז געפֿאַלן אױף ז ַײן פֿאָטערס פּנים‪ ,‬און ער האָט‬

       ‫געװײנט איבער אים‪ ,‬און האָט אים געקושט‪.‬נ‬

‫‪ 2‬און יוֹסף האָט באַפֿױלן ז ַײנע קנעכט די רוֹפֿאים א ַײנצובאַלזאַמירן‬
‫ז ַײן פֿאָטער; און די רוֹפֿאים האָבן א ַײנגעבאַלזאַמירט ישׂראלן‪ 3 .‬און‬
‫עס ז ַײנען דערפֿילט געװאָרן איבער אים פֿערציק טעג‪ ,‬װאָרום אַזױ‬
   114   115   116   117   118   119   120   121   122   123   124