Page 111 - Breyshis
P. 111

‫בראשית‬

‫אַלע נפֿשות ז ַײנען געװען זעקס און זעכציק‪ 27 .‬און יוֹספֿס זין‪ ,‬װאָס‬
‫ז ַײנען אים געבאָרן געװאָרן אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬ז ַײנען געװען צװײ נפֿשות‪.‬‬
‫אַלע נפֿשות פֿון יעקבס הױז װאָס ז ַײנען געקומען קײן ִמצ ַר ִים‪,‬‬

                                                               ‫זיבעציק‪.‬‬

‫‪ 28‬און יהודהן האָט ער געשיקט פֿאַרױס פֿאַר זיך צו יוֹספֿן‪ ,‬צו װ ַײזן‬
‫אים פֿאַרױס דעם װעג קײן גוֹ ֶשן; און זײ ז ַײנען אָנגעקומען קײן לאַנד‬

                                                                   ‫גוֹ ֶשן‪.‬‬

‫‪ 29‬און יוֹסף האָט א ַײנגעשפּאַנט ז ַײן ר ַײטװאָגן‪ ,‬און איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען אַנטקעגן ז ַײן פֿאָטער ישׂראלן קײן גוֹ ֶשן‪ .‬און װי ער‬
‫האָט זיך געװיזן פֿאַר אים‪ ,‬אַזױ איז ער אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז‪,‬‬
‫און ער האָט לאַנג געװײנט אױף ז ַײן האַלדז‪ 30 .‬און ישׂראל האָט‬
‫געזאָגט צו יוֹספֿן‪ :‬אַצונד קען איך שטאַרבן‪ ,‬נאָכדעם װי איך האָב‬

                                   ‫געזען ד ַײן פּנים‪ ,‬אַז דו לעבסט נאָך‪.‬‬

‫‪ 31‬און יוֹסף האָט געזאָגט צו ז ַײנע ברידער און צו ז ַײן פֿאָטערס‬
‫הױזגעזינט‪ :‬איך װעל אַרױפֿגײן און װעל דערצײלן ַפּרעהן‪ ,‬און איך‬
‫װעל אים זאָגן‪ :‬מ ַײנע ברידער און מ ַײן פֿאָטערס הױזגעזינט‪ ,‬װאָס‬
‫ז ַײנען געװען אין לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬ז ַײנען געקומען צו מיר‪ 32 .‬און די‬
‫מענטשן ז ַײנען פּאַסטוכער פֿון שאָף‪ ,‬װאָרום זײ ז ַײנען מענטשן פֿון‬
‫פֿי; און זײערע שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן‪,‬‬
‫האָבן זײ מיטגעבראַכט‪ 33 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז ַפּרעה װעט א ַײך‬
‫רופֿן‪ ,‬און װעט זאָגן‪ :‬װאָס איז א ַײער טאָן? ‪ 34‬זאָלט איר זאָגן‪:‬‬
‫מענטשן פֿון פֿי ז ַײנען ד ַײנע קנעכט פֿון אונדזער יוגנט אָן און ביז‬
‫אַצונד‪ ,‬אַזױ מיר‪ ,‬אַזױ אונדזערע עלטערן; כּדי איר זאָלט זיצן אין‬
‫לאַנד גוֹ ֶשן‪ ,‬װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ די ִמצרים איז יעטװעדער‬

                                                     ‫פּאַסטוך פֿון שאָף‪.‬‬

‫‪ 1‬און יוֹסף איז געגאַנגען און האָט דערצײלט ַפּרעהן‪ ,‬און‬

‫האָט געזאָגט‪ :‬מ ַײן פֿאָטער און מ ַײנע ברידער‪ ,‬מיט זײערעמז‬

‫שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן‪ ,‬ז ַײנען געקומען פֿון‬
‫לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬און זײ ז ַײנען אין לאַנד גוֹ ֶשן‪ 2 .‬און פֿון צװישן ז ַײנע‬
‫ברידער האָט ער גענומען פֿינף מאַן‪ ,‬און האָט זײ געשטעלט פֿאַר‬
‫ַפּרעהן‪ 3 .‬האָט ַפּרעה געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬װאָס איז א ַײער טאָן?‬
   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115   116